די אפטיילונג אינעם פענטאגאן וואס געט זיך אפ מיט מיסיל שוץ פראגראמען האבן ארויסגעשיקט א פארלאנג צו אירע אגענטורן צו זוכן א פאסיגע ארט אויפ׳ן אמעריקאנער מערב ברעגעס - וואס לויפט פון וואשינגטאן ביז קאליפארניע - צו טרעפן א פאסיגע ארט צו אהערשטעלן א מאסיווע מיסיל שוץ פראגראם וואס זאל באשוצן אמעריקע פון מעגליכע אטאקעס וועלכע קומען אין יענעם ריכטונג פון נארט קארעא. די פראגראם ווערט געטריבן צוליב די לעצטע אנטוויקלונגען אין וועלכע עס שטעלט זיך ארויס אז נארט קארעא האלט גאר נאנט צו די מעגליכקייט פון אנטוויקלן א מיסיל וואס קען באטרעפן אמעריקאנער שטעט, און די לעצטע מיסיל וואס זי האט פרובירט פארמאגט א שטרעקע פון 13,000 מייל וואס באדייט אז עס קען באטרעפן וואשינגטאן די.סי.

בילד: ווי הויך קען צפון קארעא'ס מיסילס ארויפפליען?

בילד: ווי ווייט קען צפון קארעא'ס מיסילס דערגרייכן?

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל