ווי עס איז געווען ערווארטעט האט וולאדימיר פוטין היינט געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר נאך א טערמין אלס פרעזידענט פון רוסלאנד אין די בעפארשטייענדע וואלן וואס קומען פאר קומענדיגע מערץ. און דערמיט פארזיכערט ער זיך נאך א 6 יעריגער טערמין אינעם קרעמעלין, ער האט געמאלדן זיין באשלוס ביי א ראלי אין א אויטאמבאביל פאבריק אין נאוואגראד. טראץ וואס נאך 30 קאנדידאטן האבן שוין געמאלדן אז זיי לויפן איז פוטין ערווארטעט צו לייכטערהייט געווינען ווידערערוויילונג. פוטין איז שוין פאקטיש דער פירער פון רוסלאנד זינט 1999 ווען יעלצין האט אפגעטרוין, און מיט זיין קומענדיגע טערמין וועט ער זיין ביי די מאכט פאר 24 יאר. 

בילד: וולאדימיר פוטין מעלדט זיין קאנדידאטור פאר ווידערערוויילונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל