פרעזידענט טראמפ האט היינט פאררופן א דראמאטישע פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע ער האט געמאכט א גאר היסטארישע מעלדונג אז אמעריקע אנערקענט ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל און אז אמעריקע וועט בויען א אמבאסאדע געביידע און אריבערציען אהין אירע הויפטקווארטירן פון תל אביב, ער האט אונטערגעשטראכן אז פריערדיגע אדמינינסטראציעס זענען דורכגעפאלן מיט זייער צוגאנג אין וועלכע די פרעזידענטן האבן גענוצט א ״וועיווער״ צו איבערקומען די לעגיסלאציע פון קאנגרעס אין יאר 1995 וועלכע רופט פאר די אנערקענונג פון ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

״ווען איך בין אריינגעקומען אין אמט האב איך צוגעזאגט צו קוקן אויף די וועלטס פראבלעמען מיט אפענע אויגן און פון פריש איבערטראכטן אמעריקעס אויסערן פאליסי״ האט טראמפ אנגעהויבן זיין אנאנסירונג, און געזאגט אז פריערדיגע אדמינסטראציעס האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אנערקענען ירושלים צוליב זארג אז עס וועט שאטן צום שלום פראצעס. ״אבער די פאקטן זענען אויפ׳ן טיש, דאס האט נישט געברענגט די זייטן נענטער צו א שלום אפמאך״ האט ער געזאגט.

״עס איז געקומען די צייט צו אפיציעל אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל״ און צוגעלייגט אז עס איז אין די אינטערעסן פון אמעריקע און אז דאס וועט איינגטליך העלפן צו צואיילן די שלום אפמאך, ער האט צוגעלייגט ״מדינת ישראל האט די רעכט צו באשטימען ווי זייער הויפטשטאט געפונט זיך״ און צוגעלייגט אז אלע וועלט פירער קומען סיי ווי אהין און טרעפן זיך דארט מיט די ארטיגע פירער, און דעריבער איז זיין אנאנסירונג נישט מער ווי אנערקענען א פאקט.

ער האט צוגעלייגט אז זיין אדמינסטראציע איז נאך אלס פארפליכטעט צו די שלום אפמאך, און אז די דעקלעראציע נעמט נישט קיין שטעלונג איבער די גרעניצן פון ירושלים, און עס טוישט נישט די סטאטוס-קווא, און האט געזאגט אז אין די קומענדיגע טעג וועט וויצע פרעזידענט מייק פענס אראפארן קיין מדינת ישראל צו פרובירן באנייען די שלום געשפרעכן.

די דעקלעראציע האט געברענגט ענטויזאזם אין מדינת ישראל, און איז באגריסט געווארן דורך די דארטיגע פירער, אבער אויך א פלייץ פון קריטיק און פארדאמונגען איבער די גאנצע וועלט, וויבאלד לויט׳ן אינטערנאציאנאלע געזעץ איז ירושלים א אינטערנאצינאלע זאנע וואס געהערט נישט פאר מדינת ישראל, און די דעקלעראציע קען ברענגען א פלייץ פון געוואלדטאטן און א פרישע אינטיפאדע פןו טעראר.

בילד: פרעזידענט טראמפ דערקעלערט ירושלים אלס מדינת ישראל הויפטשטאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל