אייראפע האט אויסגעארבעט א קאמפליצירטע עקאנאמישע מעקאניזם וועלכע זאל ערלויבן ווייטערדיגע האנדל מיט איראן אהן דעם וואס מען זאל דארפן נוצן דעם אמעריקאנער דאלער, און אזוי ארום זוכט זי צו שטיצן דעם איראנער עקאנאמיע און זיך האלטן צום נוקלעארע אפמאך וואס זי האט געשלאסן מיט איראן, טראץ וואס אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן דערפון.

דער דייטשער פרעסע האט געמאלדן וועגן די "אינסטעקס" סיסטעם, און באריכטעט אז עס וועט אריינגיין אין קראפט ביז עטליכע חדשים. די נייע סיסטעם, געשאפן געווארן דורך ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד, וועט ערלויבן אויסצוטוישן פראדוקטן און פאר די איראנער רעגירונג צו באצאלן פאר דעם מיט אויל אנשטאט מיט דאלארן. אן אייראפעאישער באאמטער האט געזאגט, אז דאס וועט נישט ראטעווען דעם איראנער עקאנאמיע אבער זיי זוכן צו צייגן פאר איראן אז עס לוינט זיך זיי זיך צו האלטן צום אפמאך און נישט אנטוויקלן נוקלעארע מעגליכקייטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל