דער דעמאקראטישע פירער אין סענאט טשאק שומער האט נעכטן אפגעשיקט א בריוו צו די הויפן פון די סי-איי-עי און נאצינאנאלע זיכערהייט אגענטורן אין וועלכע ער רופט זיי צו נעמען שריט און באהאנדלן די פאקט אז דער פרעזידענט מאכט עפנטליכע סטעיטמענטס קעגן די אמעריקאנער מיליטערישע און שפיאנאזש געמיינדע, נאכדעם וואס זיי האבן ביי א פארהער אין סענאט אפגעווארפן דעם פרעזידענטס עפנטליכע שטעלונגען איבער איראן און סיריע. דער פרעזידענט האט געהאט געשריבן אז די שפיאנאזש הויפטן דארפן "צוריקגיין אין חדר אריין", נאכדעם וואס זיי האבן נישט איינגעשטימט מיט זיינע פאזיציעס. ער זאגט אז עס איז צייט זיי זאלן ארויסקומען אין די עפנטליכקייט, און ווארענען דעם פרעזידענט איבער די קאנסעקווענצן פון זיינע סטעיטמענטס.

טשאק שומער'ס בריוו צו דען קאוטס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל