נעכטן איז פארגעקומען א היציגע דעבאטע אינעם יורידישן קאמיטע אין סענאט איבער א פארשלאג וואס די דעמאקראטן האבן ארויפגעלייגט אויפ׳ן טיש וועלכע זיי פארשפרעכן וועט פאררעכטן דעם וואל סיסטעם אין אמעריקע. דער ביל וועלכע רופט זיך "אנטי-קארופציע ביל" קאנצעטרירט זיך אויף עטליכע אספעקטן צו רעפארמירן דעם וואל סיסטעם, צווישן אנדערע אז סופער-פעקס מוזן פארעפנטליכן זייער פינאנציעלע קוועלער, און נאך פארשידענע רעפארמען אין קאמפיין פינאנץ. און אזוי אויך ענדיגן דעם פראצעדור פון זיך רעגיסטרירן צו וועלן, נאר יעדער אמעריקאנער בירגער זאל אויטמאטיש זיין בארעכטיגט צו וועלן, און אויך איינפירן א לעגאלע חגא אז מען זאל נישט דארפן ארבעטן אויפ׳ן וואל טאג צו פארזיכערן אז ארבעטער קענען וויילן. דער ביל שטייט אויס שארפע קעגנערשאפט פון רעפובליקאנער און לאביאיסטן, און איז ערווארטעט צו האלטן וואשינגטאן פארנומען פאר די קומענדיגע וואכן און חדשים.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל