קוועלער אין וואשינגטאן זאגן אז די ערשטע פארהאנדלונגען צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן צייגן פאזיטיווע סימנים, און דעמאקראטן האבן אויסגעדריקט וויליגקייט צו שטיצן דעם געדאנק פון פארשטערקערן דעם פיזישן גרעניץ דורך צוימען. א גרופע פון 17 געזעצגעבער פון ביידע פארטייען האלטן אפ פארהאנדלונגען מיט׳ן ציל צו גרייכן אן אפמאך בעפאר פעברואר 15 ווען עס קען פאסירן נאך א שאטדאון אויב קומט מען נישט צו קיין אפמאך, און דעמאקראטן האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט אויף א קאמפראמיס פון לייגן נאך אייזערנע צוימען ביים גרעניץ, אבער זענען דערווייל קעגן א צעמענטענע וואנט וואס דער פרעזידענט האט געהאט פארגעשלאגן. דעמאקראטן זאגן אז זיי וועלן באשטעטיגן מער זיכערהייט וועכטער און באאמטע און טעכנאלאגישע מיטלן, און רעפובליקאנער זוכן צו באקומען פאנדינג פאר א פיזישע צוים אדער וואנט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל