וואשינגטאן – אמעריקע האט געזאגט אז זי וועט הייסן פאר קובא צו שניידן זעכציג פראצענט פון איר שטאב אין איר אמבאסאדע אין וואשינגטאן, אין רעאקציע צו דעם וואס אמעריקאנער דיפלאמאטן אין קובא זענען אטאקירט געווארן אין מיסטעריעזע "סאניק וואפן" אטאקעס וועלכע האט זיי איבערגעלאזט מיט ערנסטע הער-קראפט פראבלעמען. די נייעס איבער די געפלאנטע אמעריקאנער שריט, קומט בלויז איין טאג נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער נישט צו רייזן קיין קובא, און האט געשניטן האלב פון איר דיפלאמאטן שטאב אין דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין קובא. אין דער נייער רייזע ווארענונג האט אמעריקע געשריבן אז טייל פון די אטאקעס האבן פאסירט אין קובאנער האטעלן, און כאטש וואס מען האט נישט געהאט קיין אינצידענט אין וועלכע אמעריקאנער טוריסטן זענען נישט געשעדיגט געווארן, איז מען באזארגט אז עס קען זיך טוישן אינעם צוקונפט.

בילד: קובאנער דיפלאמאטן וועלן ארויסגעווארפן ווערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל