וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט נעכטן קלארגעשטעלט אז אמעריקע זוכט נישט קיין שום געשפרעכן מיט צפון קארעא איבער די אישו פון זייערע נוקלעארע וואפנס, און אז די איינציגסטע געשפרעכן וואס אמעריקע איז יא גרייט צו האבן מיט צפון קארעא, איז איבער די אמעריקאנער בירגער וועלכע ווערן דארטן געהאלטן אונטער ארעסט. די ווייסע הויז דעקלעראציע קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט געזאגט אז אמעריקע פארמאגט 3 קאמיוניקאציע קאנאלן מיט צפון קארעא, צו זען צי זיי זענען גרייט פאר געשפרעכן. מאנטאג האט ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר סערע סענדערס געזאגט אז טראץ טראמפ'ס קאמענטארן איבער טילערסאן און צפון קארעא, ווען טראמפ האט אוועקגעמאכט טילערסאן'ס פרואוון פאר א דיפלאמאטישער שליכטונג איבער צפון קארעא, טוט דער פרעזידענט נאך אלץ געטרויען טילערסאן אויף זיין פאזיציע אלס סעקרעטערי אוו סטעיט.

בילד: קיין נוקלעארע געשפרעכן מיט צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל