נעוואדא – דאס אמעריקאנער פאלק איז ווידעראמאל אין שאק, נאכדעם וואס א מאסיווע שיסעריי אטאקע האט אומגעברענגט אמווייניגסטנס 59 און פארוואונדעט מער ווי פינף הונדערט. די שיסעריי, וואס האט פאסירט אין לאס וועגאס, נעוואדא, איז אפיציעל די טויטליכסטע מאסן שיסעריי אטאקע אין דער אמעריקאנער היסטאריע.

די טויטליכע שיסעריי אטאקע, וואס דערווייל זענען די מאטיוון פונעם שיסער נאכנישט קלאר, האט איבערגעלאזט דאס לאנד טיף דערשראקן און צעטרייסלט, און עס האט געברענגט א כוואליע פון רעאקציעס, אריינגערעכנט דאס וואס פילע פאליטישאנס האבן געזאגט ווי די שיסעריי צייגט, צום וויפילטן מאל, אז עס איז צייט איינצושטעלן מער קאנטראל אויף רעוואלווערס, כדי געפארפולע פארשוינען זאלן נישט קענען לייגן א האנט אויף זיי.

זעה בילדער און ווידיאס

וויאזוי די אטאקע האט זיך אפגעשפילט

ארום 10:08 זונטאג נאכט לאקאלע לאס וועגאס זייגער, האט די שיסעריי אויסגעבראכן, און א גרויסע פארזאמלונג, וואס איז פארגעקומען פארנט פונעם באקאנטן "מאנדעלעי בעי" האטעל, מיט דער באטייליגונג פון ארום 22 טויזנט מענטשן, איז צעשטערט געווארן פלוצלינג דורך הויכע קולות פון שיסערייען מיט א רעוואלווער.

דער שיסער האט זיך געפונען אין א צימער אויף דעם 32'טן שטאק פונעם האטעל, דאס הייסט עטליכע הונדערט פיס העכער אלע טויזנטער פארזאמלטע, און פונעם פענסטער פון זיין האטעל צימער, האט ער ארויסגעשטעקט זיין מאכטפולן רעוואלווער, שיסנדיג קוילן אויף די הילפסלאזע מאסן, און אזוי געשאסן אן אויף הער פאר גאנצע צען ביז פופצן מינוט.

בילדער און ווידעאס פון דער סצענע צייגן דעם טויט שרעק און כאאס וואס האט אויסגעבראכן, ווען מענטשן האבן נישט געוואוסט צי זיי זאלן אנטלויפן אדער זיך פשוט אראפבייגן און האפן אויסצומיידן די קוילן. איבערלעבער, וועלכע האבן שפעטער דערציילט זייער איבערלעבעניש, האבן עס אראפגעלייגט ווי גלייך זיי האבן זיך געטראפן אויפ'ן פראנט פון א מיליטערישן שלאכטפעלד.

די פאליציי האבן וואונדערליך שנעל באוויזן צו אידענטיפיצירן דאס ארט פון וואו די קוילן קומען, און זעענדיג אז דאס ווערט געשאסן פון א פענסטער פונעם מאנדעלעי בעי האטעל, זענען זיי באלד ארויפגעלאפן צום 32'סטן שטאק און געשטורעמט דעם צימער. אבער דער שיסער האט געהאט אפגעשטעלט זיין שיסעריי ממש געציילטע מינוטן פריער, און איז באגאנגען זעלבסטמארד נאך איידער די פאליציי האבן אים געטראפן.

די פארוואונדעטע און פאטאליטעטן

שרייבנדיג די שורות מאנטאג ביינאכט, זענען פארהאן 59 באשטעטיגטע פאטאליטעטן און מער ווי פינף הונדערט וועלכע האבן געדארפט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן. הונדערטער פון די פארוואונדעטע זענען נאך אלץ אין שפיטאל, וואס ברענגט אן ערנסטע זארג ביי די אויטאריטעטן אז די צאל פאטאליטעטן וועט שטייגן. מיט'ן ציפער פון 59 פאטאליטעטן, איז עס די טויטליכסטע שיסעריי אין אמעריקע'ס היסטאריע.

"סאנרייס" שפיטאל, די נאענטסטע צום ארט פון דער שיסעריי, האט געזאגט אז זי האט אריינבאקומען 180 פאציענטן, פון וועלכע פערצן זענען אומגעקומען. "סאוטערן נעוואדא מעדיקל צענטער" שפיטאל האט באקומען 104 פאציענטן, פון וועלכע 12 זענען אין א קריטישן צושטאנד. די אידענטיטעטן פון די פאטאליטעטן הייבן צוביסלעך אן ארויסצוקומען, און ס'איז דא פון יעדן עלטער, פון יעדער ראסע און פון יעדער פראפעסיע.

נעוואדא שפיטעלער האבן געזאגט אז זיי דארפן קריטיש צוקומען צו בלוט נדבות, און מען האט טאקע געזען הונדערטער וועלכע האבן זיך אויסגע'שורה'ט נעכטן איבער'ן טאג ביי די ספעציעלע צענטערן, בייצושטייערן בלוט, צו קענען באהאנדלען די פארוואונדעטע. די "רעד קראס" איז אויך אריינגעקומען מיט עטליכע טראקס עסנווארג, וואסער און אנדערע הילף פאר ווער ס'דארף נאר.

רעאקציעס און טרויער אויסדרוקן

די פעדעראלע "היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט" האט געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום אקטיווע זיכערהייט געפאר אויף פובליק ערטער, אין שאטן פון דער שיסעריי, און דעריבער האט זי גערופן יעדן איינעם ווייטער אנצוגיין מיט'ן סקעדזשועל און רוטין. זיי האבן אבער געזאגט אז מען וועט זען פארשטארקערטע וואך ביי פארשידענע ערטער, און מ'זאל נישט ווערן אלארמירט דערפון.

אין א טרויעריגער רעדע ביים ווייסן הויז, האט פרעזידענט טראמפ באצייכנט די שיסעריי אלס "אן אקט פון פשוט'ע שלעכטס". דער פרעזידענט און זיין פרוי האבן פארנט פון ווייסן הויז אנגעפירט מיט א "מינוט פון שטילקייט" צערעמאניע פאר די אומגעקומענע פון דער שיסעריי, און דער פרעזידענט האט געמאלדן אז ער וועט מארגן מיטוואך באזוכן אין לאס וועגאס, זיך צו טרעפן מיט די אויטאריטעטן און פאמיליעס פון אומגעקומענע.

פון איבער דער וועלט און פון איבער'ן לאנד, האט מען אויך געהערט פארשידענע רעאקציעס. קאנגרעס ספיקער פאול רייען האט פארארדענט די פענער אויפן קעפיטאל געביידע גענידערט צו ווערן אויף האלב. אין פאריז האט די רעגירונג פארלאשן דעם אייפעל טורעם אלס טרויער צייכן, און מען האט געהערט סטעיטמענטס פון מיטגעפיל און סימפאטיע פון די רעגירונגען אין פראנקרייך, ענגלאנד און נאך.

דער שיסער און די אויספארשונגען

די אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט דעם ברוטאלן שיסער אלס דער 64 יעריגער סטיווען פּעדאק אין מעסקוויט, נעוואדא. ער איז געווען א רעטייערטער אקאונטענט, וואוינענדיג איינזאם, און לויט ווי זיינע נאענטע און פאמיליע מיטגלידער דערציילן, פלעגט ער אפט קומען צו די קאסינע ערטער אין לאס וועגאס, נישט ווייט פון זיין היים, און שפענדן א סאך געלט פאר געמבלינג.

ער האט נישט געהאט קיין שום קרימינאלען רעקארד און נישט קיין שום שייכות מיט טעראר גרופעס, אויסער דעם פאקט אז זיין פאטער איז געווען א באקאנטער באנק רויבער וועלכער האט פיגורירט אויף די ליסטע פון די עף-בי-איי'ס מערסט-געזוכטע פארשוינען. זיינע ברידער און אנדערע פאמיליע מיטגלידער זאגן, אז זיי זענען טיף שאקירט, נישט האבנדיג די מינדעסטע אנונג איבער וואספארא פלענער פעדאק וועבט.

ווי די עף-בי-איי זאגט, האט פעדאק ארויסגעדונגען דעם האטעל צימער עטליכע טעג בעפאר דער שיסעריי, און האטעל באאמטע האבן געזאגט אז איינגעשטעלטע רייניגער און ארבעטער אינעם האטעל זענען אין לויף פון די טעג עטליכע מאל געווען אין פעדאק'ס צימער, און האבן נישט באמערקט גארנישט מאדנע. נאך דער שיסעריי, האבן די פאליציי געפונען א ריזיגן זאפאס פון וואפנס אינעם צימער.

פאליציי זענען נעכטן אינדערפרי איבערגעפאלן פעדאק'ס היים אין מעסקוויט, נעוואדא, און האבן געטראפן דארטן וואפנס און אמוניציע. אויסער דעם האט מען געטראפן שפורן פון "אמאניום נייטרעיט", א כעמיקאל וועלכע ווערט גענוצט צוזאמצושטעלן אויפרייס מאטעריאל און באמבעס, אין דער קאר וואס האט באלאנגט צו פעדאק.

די אייסיס טעראר גרופע איז ארויסגעקומען און גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, זאגנדיג אז פעדאק האט זיך געטויפט צו איסלאם עטליכע מאנאטן צוריק. אבער די עף-בי-איי האט געזאגט אז עס זענען נישטא קיין שום באווייזן אז דאס וואס אייסיס זאגט איז אמת, און עקספערטן האבן אויסגעדרוקט וואונדער פארוואס אייסיס זאל נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע וואס זי האט קלאר נישט געשפילט קיין ראלע.

בילד: טעראר און שאק: מאסן שיסעריי אין לאס וועגאס לאזט איבער 59 פאטאליטעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל