א שיסער אויף אַ הויכע שטאָק פון אַ לאַס וועגאָס האָטעל האט אראפגעהאגעלט אַ ווילדע שיסעריי אויף אַ ריזיגע גאסן קאנצערט זונטאג נאַכט, דערמארדענדיג מער ווי 50 מענטשן, און פארוואונדענדיג נאך הונדערטער, און פאראורזאכענדיג טויזנטער דערשראקענע איבערלעבער צו אנטלויפן מיט די נשמה, אין איינע פון די טויטליכסטע מאַסן-שיסעריי אין די אמעריקאנער געשיכטע.

ווידעא פון די אנפאל נעבן די מאנדעלעי בעי האטעל ווייזט ווי דער זינגער דזשעיסאָן אַלדעאַן זינגט ביי די האַרוועסט פעסטיוואַל, אַ דריי-טאָגיגע מוזיק צוזאמקום, ווערט איבערגעריסן דורך די קלאנגען פון אָטאַמאַטישע שיסעריי. די מוזיק האט זיך געשטעלט, און מענטשן זענען געפאלן, בליטענדיג, שרייענדיג, זיך באהאלטענדיג, אָדער אנטלויפענדיג.

"לייג זיך אַראָפּ!" שרייט איינער. "בלייבן אויף דער ערד!" שרייט א צווייטער.

די קלארק קאונטי שעריף דזשאסעף לאמבארדא האט געזאגט אז עס זענען זיך צוזאמגעקומען ארום 22 טויזענט מענטשן צו קאנצערט. עס ווערט דערווייל געשאצט אויף איבער 400 פארוואנדעטע.

פאליציי כוחות האבן געשטורעמט די אויבישטע שטאקן פון די מאנדעלעי בעי האטעל, קומענדיג נאנטער צו די קוואל פון די שיסעריי, א 32'סטע שטאק צימער ווי זיי האבן געטראפן דעם מאסן-מערדער מיט איבער 10 רעוואלווערס. די שעריף זאגט אז ער גלייבט אז דער קאלט-בלוטיגער אכזר האט אליינס גענומען זיין שמוציגער לעבן, פאר די פאליציי האט זיך אריינגעריסן אין זיין צימער.

די ערשטע באריכט פון א שיסעריי איז אריינגעקומען 10:08pm לאקאלע צייט (1am ניו יארקער צייט).

די שיסער איז אידעטיפיצירט געווארן אלס סטיווען פעדדאק, א 64-יעריגער פון נעוואדא. היינט פארטאגס האבן די פאליציי זיך אראפגעלאזט צו זיין הויז אין מעסקוויט, אבער נישט פאר עס איז באשטעטיגט געווארן אז עס איז נישט אנגעזייט מיט אויפרייס מאטעריאל.

בילד: מאסן שיסעריי אין לאס וועגאָס

בילד: קלארק קאונטי גיט ארויס ערשטע באריכט איבער א שיסעריי

בילד: פאליציי און שעריף דעפיוטיס נעמען שוץ

בילד: פארפאניקטע פאליציי ביי די סצענע

אויסשטעל און מאפע פון די גרויזאמע שיסעריי

טוויט: טראמפ גיט זיין "ווארעמע" טרייסט און מיטלייד פאר די געליטענע און זייערע פאמיליעס


ווארענונג: געוויסע ווידיאס זענען גאר שרעקליך. ביטע נישט קוקן, נאר אויב איר קענט עס פארנעמען.


ווידיא: די זינגען ווערט שטיל און די קאנצערט ווערט איבערגעריסן ווען עס הערט זיך קלאנגען פון שיסעריי


ווידיא: דער זינגער כאפט נישט ערשט אז עס קומט פאר א שיסעריי, און דערנאך לויפט ער ארויס פאר זיין לעבן

ווידיא: די צושויער הייבן אן צו לויפן אין פאניק

ווידיא: טויטע און פארוואנדעטע ליגן איבעראל

ווידיא: די כאאס און טעראר אין די צייט וואס די שיסעריי לאזט נישט נאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל