שפאניע — די שפאנישע רעגירונג און מיליטער האט נעכטן אונטערגענומען גאר ווילדע מיטלען אפצושטעלן דעם רעפערענדום וואס די אויטאריטעטן אינעם קאטאלאניער ראיאן האבן דערקלערט, מיט'ן ציל צו זעהן צי א מערהייט קאטאלאניער בירגער ווילן ווערן זעלבסטשטענדיג. דאס שפאנישע מיליטער האט געשטורעמט די קאטאלאניע גאסן און זיך אריינגעבראכן אין וואל–ערטער, שלאגנדיג זיך מיט פראטעסטירער און רעפערענדום-שטיצער, וואס האט איבערגעלאזט נאענט צו 800 פארוואונדעטע.

די שפאנישע רעגירונג האט געזאגט אז אפיציעל איז בכלל נישט פארגעקומען קיין רעפערענדום, וויבאלד זי האט עס געהאט דערקלערט אומלעגאל, און דעריבער זענען די אקטיוויטעטן וואס זענען פארגעקומען נעכטן, גערעכנט ווי גארנישט. פון דער אנדערער זייט האבן די סעפעראטיסטן, די וועלכע שטיצן אז קאטאלאניע זאל ווערן אן אייגן לאנד, דערקלערט געווינס, זאגנדיג אז קאטאלאניע האט געווינען די רעכט צו דערקלערן זעלבסטשטענדיגקייט און זיי האבן אפעלירט צו דער לאקאלער קאטאלאניער רעגירונג ארויסצוקומען מיט אזא דעקלעראציע.

פון איבער דער וועלט האט מען געהערט שטוינענדע רעאקציעס איבער די ברוטאליטעטן און ווילדע שריט פון דעם שפאנישן מיליטער און פאליציי ביים אונטערדרוקן נעכטן די פראטעסטן און רעפערענדום-וויילער. אבזערווירער קוקן זיך צו מיט גרויס זארג איבער די מעגליכע ווייטגרייכנדע אפעקטן וואס דאס וועט האבן, און צי עס וועט זיך אויסקאכן א באוואפנטע בירגער קאנפליקט.

בילד: כאאס אין קאטאלאניע נאך אומלעגאלער זעלבסטשטענדיגקייט רעפערענדום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל