עקסקלוסיווע באריכט צו אידישע נייעס

די טרויעריג-בארימטער אייסיס גרופע האט גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט פאר די גרויזאמע שיסעריי אין לאַס וועגאָס, וואס האט גע'הרג'ט כאטש 58, און פארוואונדעט כאטש 518 אנדערע. זיי זאגן אז סטיווען פעדדאק האט לעצטענס זיך געטויפט צו איסלאם, אַפּאָר מאנאטן צוריק.

די טעראריסטישע גרופע האט ארויסגעגעבן די סטעיטמענט אויף זייער 'אמאק' נייעס אגענטור און אויף זייער טעלעגראם טשענעל. די אראבישע מעסעדזש ליינט זיך אזוי:
די אַטאַקירער פון די לאַס וועגאָס שיסעריי איז אַ סאָלדאַט פון די איסלאַמישע שטאַט און האָט אויסגעפירט די אַפּעראַציע אַלס אַנטוואָרט צו געקליבענע קאָאַליציע לענדער. דער אטאקירער האט זיך געטויפט עטליכע מאנאטן צוריק.

אין די פארגאנגענהייט, האבן אטאקירער וואס זענען געווארן פארבלענדער פון אייסיס פראפאגאנדע געשיקט א ווידיא צו בלוט-דארשטיגער פירער על באגדאדי, ווי זיי שווערן געטריישאפט צו די באוועגונג, פאר זיי האבן גורכגעפירט זייער אטאקע. דאס מאל איז דערווייל נאכנישט ארויפגעשווימען קיין ווידיא פון פעדדאק.

די עף-בי-איי האט אבער ארויסגעגעבן א סטעיטמענט ווי זיי לייקענען אָפּ אז סטיווען פעדדאק זאל האבן געהאט א פאַרבינדונג סיי וועליכע אינטערנאַציאָנאַלע טעראר גרופע. זיי וועלן ווייטער איוועסטיגעטירן און צוזאמארבעטן מיא אנדערע לאקאלע פאליציי כוחות, צו אויפקומען מיט מער דעטאלן און באווייזן איבער די שרעקליכע אטאקע.

בילד: אייסיס נעמט פאַראַנטוואָרטליכקייט פאר לאַס וועגאָס מאסן-מארד; עף-בי-איי לייקענט אפ


בילד: אייסיס נעמט פאַראַנטוואָרטליכקייט פאר די גרויזאמע שיסעריי אין לאַס וועגאָס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל