פאריז – 2 פרויען זענען אומגעקומען אין א פרישער טעראר אטאקע וואס האט פאסירט נעכטן אין דער פראנצויזישער שטאט מארסיי. די פאליציי זאגן אז די אטאקע האט פאסירט ביי דער סענט טשארלס באן סטאנציע, ווען דער טעראריסט איז אנגעקומען מיט א מעסער, און שרייענדיג "אללא אכבאר", האט ער געשטאכן עטליכע פיסגייער, פון וועלכע די צוויי פרויען זענען אומגעקומען אויפ'ן ארט. פאליציי אפיצירן און זעלנער וועלכע זענען אנוועזנד געווען צו פאטראלירן, האבן באלד רעאגירט צו דער סצענע און האבן געשאסן דעם טעראריסט צום טויט. די אטאקע איז געקומען נאך עטליכע מאנאטן פון רעלאטיווער רואיגקייט אין פאריז, ווען מ'האט שוין נישט געהערט פון קיין טעראר אטאקעס, און עס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס א פרישע אודיא רעקארדירונג פונעם אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי האט אפעלירט צו זיינע סימפאטיקער און נאכפאלגער דורכצופירן פרישע אטאקעס. די אייסיס טעראר גרופע האט טאקע ארויסגעגעבן א סטעיטמענט נעכטן נאכמיטאג, אין וועלכע זיי האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער שטעכעריי אטאקע אין מארסיי.

בילד: שטעכעריי טעראר אטאקע אין פראנקרייך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל