אלבערטא – קאנאדישע פאליציי זאגן אז אן אטאקע אויף א פאליציי אפיציר און דערנאך א געיעג נאך א טראק, וועלכע האט איבערגעלאזט 4 פארוואונדעטע, ווערן באטראכט אלס טעראר אינצידענטן. די צוויי געשעענישן האבן פאסירט אין עדמאנטאן, אלבערטא אום מוצאי שבת שפעט אינמיטן דער נאכט, ווען א ווייסע שעווי מאליבו אויטא האט דורכגעריסן א טראפיק קאנטראל באריקאדע און אריינגעקראכט אין א פאליציי אפיציר, פון וואס דער אפיציר איז פארבליבן מיט שווערע וואונדן. דער דרייווער פונעם קאר איז דערנאך ארויסגעקומען און געשטאכן דעם פאליציי אפיציר מיט א מעסער, בעפאר'ן אנטלויפן. דאס האט געפירט צו א מאסיווען געיעג, און עטליכע שטונדן שפעטער איז א "יו-האל" טראק אפגעשטעלט געווארן וויבאלד דער דרייווער האט געדרייווט ווילד. דער טראק דרייווער האט זיך גענומען פליען מיט'ן טראק, אראפקלאפנדיג 4 מענטשן, ביז עווענטועל איז דער טראק געקומען צו אן אפשטעל און דער דרייווער איז ארעסטירט געווארן. די פאליציי זאגט אז דער טראק דרייווער איז דער זעלבער וואס האט דורכגעפירט די קאר און שטעכעריי אטאקע אויפ'ן פאליציי אפיציר, און מען האט געטראפן אן אייסיס פענדל אינעם קאר.

בילד: מעגליכע טעראר אטאקע אין קאנאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל