פראנקרייך – ווער עס האט נעכטן באזוכט אין פאריז, האט געקענט זען א מאדנע זאך, אז קיין איין ציווילע קאר האט זיך נישט געפונען אויף די שאסייען. דאס איז צוליב וואס די לאקאלע אויטאריטעטן האבן דערקלערט א "קאר פרייע טאג", און ס'זענען בלויז ערלויבט געווארן צו גיין צופיס, נוצן ביציקלעך, "ראולער בלעידס" און אנדערע פרימיטיווע מעטאדן. נאר עמורדזשענסי אויטאס, פובליק באסעס און טעקסיס האבן געמעגט פארן אויף די גאסן אין לויף פונעם ספעציעלן טאג, וואס האט אנגעהאלטן פון 11 אזייגער אינדערפרי ביז 6 אזייגער אווענט. דער ציל פון דערקלערן א "קאר פרייע" טאג איז צו פארשפרייטן מער אינטערעסע אין מאכן איבונגען און אויך האט עס אן ענווייראמענטאלע בענעפיט, אז פאר איין טאג ווערן נישט פארשפרייט אזויפיל שעדליכע גאזן פון די פילע קארס אין דער לופטן. דאס איז טייל פון א באוועגונג וועלכע ווערט פארשפרייט איבער דער וועלט, און עטליכע ליבעראלע סיטיס אין אמעריקע קלערן דאס אויך איינצופירן, אז איין טאג אין דער וואך, זאלן מענטשן נישט נוצן קיין קארס.

בילד: פאריז דערקלערט קאר-פרייע טאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל