ווערמאנט — פאליציי אויטאריטעטן אין ווערמאנט זאגן אז זיי זעען נישט קיין שום באווייזן אז דאס אפשטעלן פון א איד איז געווען אנטיסעמיטיש. דער איד, הרב בערל פינק הי"ו, א באקאנטער מגיד שיעור אין בארא פארק, איז מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעשטעלט געווארן ביים דורכפארן אין ווערמאנט, און די פאליציי אפיצירן האבן זיך אויפגעפירט זייער ווילד און ברוטאל מיט אים, הייסנדיג אים ארויסגיין פון קאר און שיער ארעסטירט אים און זיין פרוי.

עס איז באשולדיגט געווארן אז די פאליציי אפיצירן האבן עס מעגליך געטאן זייענדיג פיינטליך צו ר' בערל אלס איד, אבער די פאליציי זאגן אז זייער אויספארשונג - אריינגערעכנט די קלארע ווידיא באווייז (זעה אונטן) אז הרב פינק האט זיך נישט אפגעשטעלט אין צייט - האט נישט געוויזן קיין שום באווייזן דערויף, און דעריבער וועט דער פארמישטער פאליציי אפיציר נישט אויסשטיין קיין שום שטראף.

בילד: פאליציי ריינגעוואשן אין איבערפאל אויף איד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל