ניו יארק — דער אידישער געוועזענער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס, איז מיט עטליכע טעג צוריק געוואויר געווארן אז ער האט געהאט א אידישן קאזין וועלכער איז געשטארבן ביים קעמפן קעגן די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג. סענדערס איז אויפגעוואקסן אין דער אידישער פלעטבוש געגנט, נאכדעם וואס זיינע עלטערן האבן עמיגרירט קיין אמעריקע גלייך נאכ'ן ערשטן וועלט קריג, און מיט עטליכע טעג צוריק איז ער אינטערוויואירט געווארן דורכ'ן פראפעסאר הענרי לואיס געיטס, וועלכער האט געברענגט פאר סענדערס אינפארמאציע איבער זיינס א פארגעסענער קרוב וואס איז געשטארבן ביים קעמפן קעגן די נאציס. סענדערס האט זיך צעוויינט און געזאגט אז ער האט עס קיינמאל נישט געוואוסט ביז היינט, און ער האט ארויסגעברענגט אז ער איז שטאלץ איבער דעם קרבן וואס זיין קאזין האט געברענגט מיט זיין לעבן.

בילד: בערני סענדערס און דער האלאקאוסט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל