וואשינגטאן – א באריכט אינעם "האפינגטאן פאוסט" צייגט אז די סיבה פארוואס פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט סענאטאר לוטער סטרעינדזש אין די אלאבאמא רעפובליקאנער פריימערי, וואס סטרעינדזש האט פארלוירן צום קאנסערוואטיוון קאנדידאט ראי מאור, איז צוליב וואס זיין איידעם און ראטגעבער דזשעראד קושנער האט אים געשטופט דערצו. לויט צוויי קוועלער אין ווייסן הויז, האט קושנער געוואלט אז טראמפ זאל אינדארסירן סטרעינדזש, ווייל ער האט געוואוסט אז דאס וועט אויפברויזן דעם געוועזענעם ווייסן הויז הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן, וועלכער האט אינדארסירט דעם קאנסערוואטיוון קאנדידאט מאור, און קושנער רייסט זיך שוין לאנג ארום מיט בענאן. אויך האט קושנער געהאלטן אז אויב טראמפ וועט אינדארסירן אן אמטירנדן סענאטאר, ווי איידער א דרויסנדיגן קאנסערוואטיוון קאנדידאט, וועט דאס העלפן טראמפ מיט דער רוסלאנד אויספארשונג אינעם סענאט, וויבאלד די רעפובליקאנער סענאט פירער וועלן זען אז טראמפ שטיצט אן אמטירנדן סענאטאר און זיי וועלן שפירן אז זיי מוזן אים צוריקבאצאלן און אפווייכן פון דער רוסלאנד אויספארשונג.

בילד: קושנער געשטופט סטרעינדזש אינדארסמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל