קאראקאס – אין אן אינטערעסאנטער אנטוויקלונג, האט מען געזען אז די אנקעטע ציפערן פונעם ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדוראו, איז געשטיגן אין די לעצטע פאר וואכן ביים ווענעזועלער פאלק. בעפאר פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט נייע סאנקציעס קעגן מאדוראו און אים אפיציעל דערקלערט אלס א דיקטאטור, האבן בלויז זיבעצן פראצענט פון דער ווענעזועלער באפעלקערונג געזאגט אז זיי גלייכן מאדוראו און האלטן אז ער טוט א גוטן דזשאב. למעשה ווען טראמפ האט ארויפגעשטעלט די סאנקציעס, האט מאדוראו זיך ארויפגעכאפט דערויף און פארפירט קעגן דער "פארשאלטענער אמעריקע" וועלכע זוכט ארויפצוצווינגען איר קאנטראל אויף יעדן איינעם, און אט די סארט רעטאריק האט געהאלפן אביסל מער צו פאראייניגן דעם צעשפליטערטן ווענעזועלער פאלק, און יעצט זאגן שוין אזויפיל ווי 23 פראצענט אז זיי זענען צעפרידן פון מאדוראו אלס פרעזידענט.

בילד: ווענעזועלע'ס מאדוראו ווערט צוריק פאפולער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל