לאס וועגאס – די פרעסע האט אפגעהאלטן א שמועס מיט פארשידענע אידישע פירער אין לאס וועגאס, צו הערן זייער רעאקציע איבער דער שיסעריי וואס איז דארטן פארגעקומען. צווישן די וואס האבן גערעדט צו דער פרעסע איז געווען הרב נחום מעטה, דער פירער פון די כולל פון לאס וועגאס, וועלכער האט געזאגט אז די שוהל געפינט זיך 15 מייל אוועק פונעם שטאט צענטער, און דערפאר האט מען נישט ממש געשפירט די ווירקונג פון דער שיסעריי, אבער די וואַך איז פארשטייפערט געווארן אין דער גאנצער שטאט.

הרב מעטה האט אנגעוויזן אז זיין שוהל דינט אלס קירוב שוהל, און דערפאר קומען דארטן אפטמאל אריין דערווייטערטע אידן, וועלכע זענען פילייכט יא באטראפן געווארן. די פרעסע האט אויך גערעדט צו הרב מענדל לעווין, וועלכער פירט אן א דזשואיש דעי סקול אין לאס וועגאס, וועלכער האט געזאגט אז מען האט געמוזט צוקומען צו קאונסלערס צו העלפן די שילער זיך ספראווען מיט די נייעס. הרב לעווין האט אנגעוויזן אז א אידישע פרוי, וועלכע איז ליידער נישט אזוי רעליגיעז, האט זיך אדאנק זיינע קירוב טאטן פארגענומען דאס יאר צו פאסטן געהעריג יום כיפור, און האט טאקע געפלאנט צו גיין צום מוזיק פעסטיוואל וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, אבער זי האט געליטן א קאפ-ווייטאג פונעם פאסטן יום כיפור, האט עס איר פארמיטן פון דארטן גיין, אזוי איז זי געראטעוועט געווארן.

הרב לעווין האט ערווענט דעם נאמען פון א אידישע פרוי, וועלכע איז יא אנוועזענד געווען ביים שיסעריי און איז רח"ל שווער פארוואונדעט געווארן. דער נאמען איז חנה רחל בת שרה לרפו"ש.

בילד: לאס וועגאס אידן רעאגירן צו שיסעריי אטאקע

בילד: הרב נחום מעטה, דער ראה"כ פון כולל לאס וועגאס
הרב נחום מעטה
   בילד: הרב מענדל לעווין, דירעקטאר פון ישיבה דעי סקול לאס וועגאס
הרב מענדל לעווין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל