ניו יארק – חב"ד עסקנים האבן זיך געזארגט פאר אידן וואס רייזן אין די חול המועד טעג פון יום טוב סוכות, און האבן אויפגעשטעלט א סוכה אינעם טערמינאל 4 פון קענעדי עירפארט, וואס איז דעם לופטפעלד'ס הויפט טערמינאל פאר אויסלענדישע רייזנדע וועלכע קומען אריין קיין אמעריקע. די סוכה גיט א געלעגנהייט צו קענען עסן געהעריג, אויך איז דארטן דא ד' מינים, מען זאל קענען יוצא זיין די מצוה פון לקיחת ד' מינים. די שריט איז שטארק אויסגעלויבט געווארן, וויבאלד ביז היינט האט מען זיך געדארפט פלאגן, אין פאל מ'איז געקומען פון א לאנגע רייזע און מ'האט זיך געוואלט דערכאפן דאס הארץ.

די עסקנים האבן פארעפנטליכט די פאלגענדע דעטאלן, אז פאר מער אינפארמאציע איבער דער סוכה קען מען רופן אויף 347-770-1749. די סוכה איז צוגעשטעלט געווארן דורך עסקנים וואס זארגן זיך שוין איבער 40 יאר אויף אידישע געברויכן ביים קענעדי עירפארט.

בילד: סוכה אינעם טערמינאל 4 פון קענעדי עירפארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל