ניו יארק סיטי מוטשעט זיך מיט א אויסבראך פון מיזעלס (מאָזלען), און זי האט די פאלגענדע מעסעדזש צו די עלטערן: אויב זענט איר קליגער פון אייער דאקטאר, פילייכט זענט אין קליגער אייער קינד'ס מחנך... ערציעט אליינס אייערע קינדער!

אפעקטיוו פרייטאג, וועלן אַלע קינדער אומוואקסינירטע קינדער, אָפּגעזעהן זייער תירוץ, נישט זיין ערלויבט צו אנטיילנעמען אין חדרים, שולעס און ישיבות אין וויליאמסבורג אדער באָראָ פארק - אָפּגעזעהן צי די ישיבה האט שוין געהאט אַ פאַל פון מיזעלס, האט די ניו יארק סיטי העלט דעפּאַרטמענט געזאגט.

די אויסערגעווענליכע פּראָטאָקאָל איז אויסגעשטעלט געווארן ווען די שטאט באהאנדלט פון די ארגסטע מיזעלס אויסבראכן אין די ארטאדאקסישע אידישער קאמיוניטי אין יאהרן, מיט בערך 100 באשטעטיגטע פעלער אין ניו יארק און ניו זשערסי. מוסדות וועלן מוזן ארויסווארפן תלמידים וואָס האָבן זיך נישט אימיוניזירט מיט די פארלאנגטע דאָזעס פון די מאָזלעס-מאַמפּס-רובעללאַ (עם.עם.אַר.) וואַקסין.

תלמידים קענען נישט צוריקקומען צו די בתי חינוך ביז זיי זענען געהעריג וואקסינירט, אָדער ביז די אויסברוך איז דערקלערט אריבער, אַפילו אויב זיי האָבן באקומען א ספעציעלע אויסנאם צוליב רעליגיעזע אָדער מעדיצינישע סיבות. אויב אַ קינד אין א מוסד באקומט מיזעלס, וועלן צוגעלייגט ווערן שטרענגערע רעגולאציעס פון די מוסד.

די אויסברוך האט זיך אנגעהויבן אין ארץ ישראל, און איז געבראכט געווארן צו ראַקלענד קאונטי במשך דען יו"ט סוכות דורך אַ אומוואקסינירטער אורח... ראקלענד האט שוין דערווייל באשטעטיגט 89 קעיסעס.

די שווערע קרענק האט זיך געשווינד פאַרשפּרייט קיין וויליאמסבורג, באָראָ פּאַרק און לעיקוואוד. מיזעלס פעלער זענען אויך באשטעטיגט געווארן אין בענסאָנהורסט און מידוואוד - מארין פארק.

לייענט אויך:



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל