וואַקסינאַציע איז דאָס אַריינגעבן אין די קערפּער אַ אַנטידזשען מאַטעריאַל (אַ וואַקסין) צו סטימולירן אַ מענטש'ס אימיון סיסטעם צו אַנטוויקלען אַדאַפּטיווע אימיוניטי צו אַ פּאַטאַדזשאַן (א מיקראָב). וואַקסינען קענען פאַרמיידן אָדער פאַרבעסערן אינפעקציע קרענק. ווען אַ גענוג גרויסע פּראָצענט פון אַ באַפעלקערונג איז וואַקסינירט, שאַפט זיך א הערד אימיוניטי (סטאַדע שוץ). די ווירקזאַמקייט פון וואַקסינען זענען ברייט שטודירט און באַשטעטיגט געוואָרן (מקורות ביים ענדע). וואַקסינען זענען די מערסטע עפעקטיווע מעטאָד צו צוריקהאַלטן אינפעקציע קרענק (מקורות ביים ענדע); ברייטפאַרשפרייטע אימיוניטי צוליב וואַקסינאציעס איז בעיקר פאַראַנטוואָרטלעך פאַר די אַלעוועלטליכע אָפּרוימונג פון סמאָלפּאַקס און דאס עלימינירן קרענק אַזאַ ווי פּאָליאָ, מיזלען, און טעטאַנוס פון די וועלט.

וואַקסינאַציע האט שוין געהאט קאנטראווערסיעס מיט וויסנשאפטליכע, עטישע, פּאָליטישע און רעליגיעזע גרונטן. אין זעלטענע פאַלן, קענען וואַקסינען שעדיגן די מענטש (מקור). אין די פאַראייניגטע שטאַטן, קענען מענטשן באַקומען פאַרגיטיגונג פאַר די שעדיגונגען דורך די נאַציאַנאַלע וואַקסין אינדזשורי פאַרגיטיגונג פּראָגראַם. פריע ערפאָלג האָט געברענגט אַז עס געוואָרן שטאַרק אָנגענומען.

וואַקסינאַציע

מקורות

ווירקזאמקייט פון וואַקסינען: 1, 2, 3, 4, 5, 6, 7.
וואַקסינען זענען די מערסטע עפעקטיווע מעטאָד: 1, 2, 3, 4.

לעצטע אפדעיט: דאנערשטאג וישלח תשע"ט

באשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל