אַמעריקאַנער פּריוואַטע ארבעטסגעבער האָבן צוגעלייגט 179,000 דזשאַבס אין נאָוועמבער, ווייניגער ווי ערווארטעט דורך עקאָנאָמיסטן, לויט אַ באַריכט דורך די פּעיראָל פּראָצעסינג קאָמפאַני עי.די.פּי.

עקאָנאָמיסטן האבן ערוואַרטן די עי.די.פּי. פּעיראָל באַריכט צו צייגן אַ געווינס פון 196,000 דזשאַבס נאָכ'ן צולייגן 225.000 דזשאַבס פאָריגע מאָנאַט.

"כאָטש דער אַרבעט מאַרקעט איז גוט, איז די דזשאַבס וואוקס געפאַלן אַביסל", האט געזאגט אַהו ילדירמאַז, וויצע פּרעזידענט און קאָ-פירער פון די עי.די.פּי. פאָרשונג אינסטיטוציע.

"מיטלמעסיגע ביזנעסער האָבן צוגעגעבן כמעט 70 פּראָצענט פון אַלע דזשאַבס דעם מאָנאַט. דעם וואוקס צייגט אז די מיטלמעסיגע ביזנעסער האָבן די מעגליכקייטן צוצושטעלן שטאַרקערע לוינען און בענעפיטן. עס באַווייזט אויך אז זיי קענען זיין מער באשוצט פון די גלאָבאַלע שוועריגקייטן וואָס גרעסערע קאָרפּאָראַציעס שטייען אויס".

אַמעריקע לייגט צו 179,000 פּריוואַטע דזשאַבס אין נאָוועמבער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל