דער ערשטער פאַל פון די אנשטעקיגע מיזעלס, איז באשטעטיגט געווארן אין קרית יואל. די פאַל איז באשטעטיגט געווארן מאנטאג נאַכט. דער קינד איז געזעהן געווארן דורך אַ דאָקטער עטליכע טעג צוריק, און די אויטאָריטעטן פרובירן זיך צו פארבינדן מיט פאציענטן וואס זענען געווען ביי די זעלבע דאָקטער אין דער זעלבע צייט.

מאָזלען איז א שטארק אנשטעקיגע וויירוס־אינפעקציע פון די אטעם-סיסטעם, אימיון סיסטעם און הויט. די סימפּטאָמען אנטוויקלען זיך 7-14 טעג נאך ווערן אנגעשטעקט, און הייבן אן מיט א הויכן פיבער, מען פארלירט דעם אפעטיט, די נאז רינט, און רויטע אויגן. נאך צוויי אדער דריי טעג קומט אן אויסקלאפ פון פלעקן איבער דעם קערפער.

עס איז צום באדויערן אז א גרופע מיט ענגע פינאנציאלע און אנדערע נגיעות, העצן כסדר אויף די אומשולדיגע נאַיווע עלטערן נישט צו נעמען די נוטיגע וואקסינען שאַטס, וואס ברענגט מער-ווי-געווענליכע אויסבראכן אין די היימישע קאמיוניטיס, ווי לעצטענס באריכטעט אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, סקווירא און לעיקוואוד.
באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל