נעכטן מיטאג האבן סאטמארע עסקנים, ובראשם העסקן ר׳ נפתלי משה אינדיג הי״ו אָרגאַניזירט א זיצונג מיט די ניו יארק סיטי טראַנספּאָרטאַציע דעפּאַרטמענט און "דעזיין און קאנסטרוקציע דעפּאַרטמענט" מיטן באטייליגונג פונעם טראַנספּאָרטאַציע קאמישאנער אין הויפט אינדזשעניר אויפן פראיעקט, ווי מ׳האט דיסקוסירט די אנגייענדע קאנסטרוקציע פראיעקט אויף קענט עוועניו צווישן וויליאמסבורג סטריט און קליימער סטריט, וואס א טייל דערפון קומט אויס צופיסענס פונעם סאטמארע ביהמ"ד אויף הופּער סטריט.

ביים זיצונג האבן די עסקנים פארגעלייגט די שטאטישע באאמטע די וויכטיגקייט פון האבן גענוג פארקינג פלעצער ארום א ביהמ״ד, און געבעטן די באאמטע מען זאל זיכער מאכן אז די בוי פלענער זאָלן נישט אפעקטירן די ביז יעצטיגע פארקינג ספאטס, און נאך פארשידענע פונקטן, ווי למשל די סקעדזשעל פון די ארבעט וואס איז שטארק נוגע דעם ביהמ"ד און ארומיגע איינוואוינער.

די באאמטע האבן פרעזענטירט פאר די עסקנים מיט די פונקטליכע דעטאלן פון די בוי פלענער, און געצייגט אילוסטראַציעס פון וויאזוי קענט עוועניו גייט עווענטועל אויסקוקן איינמאל די פראיעקט וועט זיין פאריבער, די שיינע ביימער און בושעס וואס גייען ווערן אנגעפלאנצט לענגאויס קענט עוועניו, און די שיינע איבערגעמאכטע בייק-טרעיל אויף וואס מיר קוקן שוין אזוי לאנג ארויס.

די בוי פראיעקט איז געסקעדזשעלט צו זיין גענצליך פארטיג אויף נאוועמבער 2019, ד.ה. אין א יאר פון יעצט. זיי האבן אבער צוגעלייגט אז די דאטום קען פארלענגערט ווערן.

בנוגע די פארקינג, און קורצן: פארקינג ספאטס וועט נישט ווערן ווייניגער, א טויש וועט אבער יא זיין. ביז יעצט האט מען געקענט פארק'ן אויף איין זייט קענט עוועניו, ביידע זייטן פונעם זעלבן ריכטונג. (פון וויליאמסבורג סטריט קיין קליימער סטריט). נאכ'ן טויש וועט מען קענען פארק'ן אויף די צווייטע זייט אויך, (ד.ה. אויף די ריכטונג וואס פארט פון קליימער קיין וויליאמסבורג סטריט). אויף ביידע זייטן וועט מען אבער נאר קענען פארק'ן אויף די רעכטע זייט פונעם גאס.



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל