אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די וויכטיגע טעמע, סיי אין די אלגעמיינע פרעסע, בּלאָג-ספערע און סאשעל מידיא, ווי אויך אין אונזערע הויפן, אבער לאור די פרישע אויסבראכן אין אונזערע סביבות, וואלט לכאורה געווען א תועלת צו ענטפערן עטליכע טיפּישע טענות וואס ווערט כסדר געליפטערט אין פאליש (אדער ביים שייטל-מאכער...)

בילד

וואס איז די מעלה פון וואקסין?


עס איז א "פאקט" (באשטעטיגט דורך די "ווארלד העלטה ארגעניזאציע") אז וואקסינאציע העלפט ראטעווען זעקס מיליאן לעבנס יעדע יאהר, און האט געטוישט די וועג וויאזוי מעדעצין ארבעט איבער די וועלט. די WHO איז אינטערנאציאנאל-אנערקענט, און אנגעפירט דורך די יו.ען.

עס איז מערקווירדיג און גאר קריאוז וויאזוי די א.ג. "נאטירליכע" פאנאטיקס (באמערקונג: מיר רופן זיי "פאנאטיקס", נישט כדי צו ארויסברענגן די געפיהלן, נאר וויל עס זענען פארהאן נארמאלע מענטשן וואס קלויבן אויס א מער נאטירליכע לעבנ'ס שטייגער, אבער די פאנאטיקס נעמען דאס אויף א עקסטרעמע שטייגער) זענען כסדר פארנומען צו אייננעמען אלע ערליי אומבאשטעטיגטע "מיסט אין פלעשער" אלס "פּרעווענטיוו מעדעצין", אלעס ווייל זיי האבן דאס באקומען פון אן א.ג. "העלטה" געשעפט (אדער פון די שוועגערין וואס איז נאך קיינמאל נישט פארקילט געווארן...), אבער וועט נישט נעמען די איין מערסטע-קרעדירטע צוריקהאלט מעדעצין, וועמען עס איז צו באדאנקן פאר'ן אפשטעלן אדער איינצוימען די ערגסטע קרענק, ווי פּאָליאָ (קינדער-פּאַראַליז), טעטאַנוס (צַפֶּדֶת, פַּלֶּצֶת), די פלו (גריפּע), העפּאַטייטוס בּי., העפּאַטייטוס עי., רובּעלאַ (אדמת, דייטשע מאָזלען), היבּ (די העמאָפילוס פלו), מאָזלען (מיזעלס), וואָפּינג קאָף (פּערטוסיס), סטרעפּטאָקאָקוס לונגען-אָנצינדונג (פנוימוקוק), ראָטעווירוס (נגיף רוטה), מומפּס, טשיקענפּאַקס (אבעבועות רוח) און דיפטעריע (דִּיפְטֶרְיָה), אנטלויפן זיי דערפון וואו פון א צונאמי.

די יו.ען.'ס קינדער פאנד (יוניסעף) באשטעטיגט אויך אז וואקסינאציע האט געברענגט זיבן געפערליכע קרענק אונטער קאנטראל, ראטעווענדיג איבער ניין מיליאן לעבנס! פון א ברייטערע פראספעקטיוו, האט "די ווירדזש" מאגעזין צוזאמגעשטעלט א באריכט, אז וואקסינאציע האט שוין געראטעוועט כאטש 103 מיליאן לעבנס אין די לעצטע יאהר הונדערט!

דאס זענען נישט קיין מיינונגען אדער טעאָריעס, נאר באשטעטיגטע פאקטן. דערפאר איז באמת נישט נוגע אויב א גאנצע שטאב פון טויזענטער דאקטוירים, נורסעס, אדער אנדערע וואס האבן נישט אדורכגעפירט אזעלכע ברייטע שטודיעס (און ווייסן אפילו נישט וויאזוי צו דורכפירן א שטודיע) זאלן קומען און זאגן אז זיי גלייבן נישט דערין. עס וואלט געווען ווי די גאנצע בערג-קריכער קאמיוניטי זאלן ארויסקומען זאגן אז דער וועלט איז פלאך... אפילו זיי האבן פיזיש באטרעטן מער פיס-טריט אין די לענג און ברייט פון אונזער פלאנעט, האבן זיי נישט די סייענטיפישע און שכליות'דיגע צוגאנג צו האבן א ערנסטע מיינונג איבער די טעמע.

וואקסין ברענגט מאכט מער קראנק ווי זי היילט

אוטיזם

צענדליגע שטודיעס זענן שוין דורכגעפירט געווארן מיט'ן ספעציפישע ציהל צו באווייזן די שייכות צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, א קרענק וואס שטייגט כסדר אין נומערן, אבער האבן נישט געטראפן קיין שום פארבינדונג, זערא! טא וואס גייט פאר? פארוואס שטייגן די פעלער פון אוטיזם?

עס זענען פארהאן דריי פארבינדענע סובות דערצו, וואס יעדער פאראינטערעסירטער קען פארשטיין:
  1. די מעטאדן וויאזוי מען אנדעקט אוטיזם האט זיך גאר שטארק אויסגעברייטערט במשך פון די יאהרן, אז מען קען אנדעקן אסאך מער פעלער ווי אמאל.
  2. די סטאנדארד אויף "וואס הייסט אוטיזם" האט זיך אויך גאר שטארק אויסגעברייטערט, צו די פונקט אז רוב היינטיגע אוטיזם פאציענטן (ווער רעדט נאך פון אוטיזם ספעקטרום) וואלטן געהייסן געזונט לויט די אריגינאלע סטאנדארדס.
  3. די סטיגמא וואס האט צוריקגעהאלטן עלטערן פון צולאזן זייערע קינדער פון באקומען די אוטיזם דיאַגנאָסיס, גייט היינט שנעל אונטער, און מער און מער עלטערן וועקן זיך אויף און זוכן וואס איז בעסער פאר זייערע קינדער ווי איידער די כבוד המשפחה (שידוכים...)
ווי איר קענט זעהן, כאטש וואס עס דרייען זיך ארום לעגיטימע פראגעס, זענען פארהאן לעגיטימע ענטפערס, און מען דארף נישט צוקומען צו קיין קאָנספּיראַציע טעאָריעס.

אבער אפשר דאך?

מיט דעם אלעם, וויאזוי קען מען טאקע אפפרעגן די שרעק וואס אזויפיהל האבן אויפגעברענגט?

די פאקט אז - ווי אויבן דערמאנט - האבן קיין איין פון די שטודיע נישט געקענט טרעפן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, אריינגערעכנט שטודיעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט די קרומע אנטשלאסנקייט צו טרעפן א פארבינדונג פאר סיי וועלכע פרייז, צייגט אז עס איז גארנישט פארהאן, פעריאד.

אויסער דעם, האט א מעגא-שטודיע פון 1.2 מיליאן באטייליגטע אין 2014, באשטעטיגט מיט קלארע באווייזן אז עס איז למעשה נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג.

מעגליכע אלערגיעס

אן אנדערע טענה וואס ווערט געברענגט, איז איבער די מעגליכע "סייד אַפעקט" פון אן אלערגישע רעאקציע צו די וואקסין. מיר רעדן נישט איבער א פון-פריער-באוואוסטע אלערגיע וואס א פאציענט האט שוין באשטעטיגט, וואס דאן טאר דער פאציענט זיכער נישט נעמען קיין וואקסינאציעס וואס איז שעדליך פאר אים, גענוי ווי אנדערע וויכטיכע מעדעצינען וואס מען האט אן אלערגיע. אבער וואס טוט זיך מיט מעגליכע אויסשלאגן אדער ווער-ווייסט-וועלכע וואס מען האט נאכנישט אויסגעפונען?

איר האט מער ווי הונדערט מאל אזויפיהל שאנסן צו פארכאפט ווען דורך א בליץ, ווי צו באקומען א זייטיגע אַפעקט דורך וואקסינאציע. דאס זענען נישט קיין שפעקילאציעס אדער גוזמאות, נאר קלאר באשטעטיגטע פאקטן.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ווען א פאציענט גייט דורך סיי וועלכע זייטיגע אַפעקט, וועט עס מאכן העדליינס אין די מידיא, צוליב די פאליטישע און אידעאָלאָגישע נאטור פון די דעבאטע, אבער ווען מיליאנען גייען אדורך מיט קיין שום זייטיגע אַפעקטן, וועט עס זיכער נישט מאכען קיין העדליינס...  וואס זאל מען שרייבן? אז "משה'לע האט נעכטן באקומען זיין עם.עם.אר וואקסינאציע, און שפירט זיך גוט, ב"ה"?... דערפאר וועט זיך אלס שפירן, כאילו עס איז פארהאן א נעגעטיווע באריכט איבער די טעמע. די אייגענטליכע מעגליכקייט פאר א ערנסטע אלערגישע רעאקציע פון וואַקסין, איז בערך איינס אין א מיליאן., און וועט געווענליך געשעהן מינוטן נאך די שאַט, מסתמא זייענדיג נאך אין די דאקטאר'ס קאַבינעט. ווען דאס געשעהט, ווערט יעדע פאל שטארק געפארשט דורך די סי.די.סי. און אנדערע פעדעראלע העלטה אגענטורן, און וועט באקומען ברייטע דעקונג אין די מידיא, און נאכמער ביי די בלאָגס.

עס איז מערקווירדיג אז צוועלף פון יעדע צען טויזענט מענטשן וואס נעמען די פאפולערע אספּרין, ריזיקירן מיט ברעין העמאָרעדזש (מוח בלוטיגונג), ה"י. פון די וואס האבן נישט קיין קאלקולעטאר צו די האנט, איז דאס צוועלף הונדערט מאל אזויפיהל שאנסן פאר די טויטליכע מוח בלוטיגונג פון א אספרין וואו א ערנסטע רעאקציע פון וואקסינאציע. איר הערט נומערן?

דעוויד קעטץ, דער דירעקטאר פון די יעיל אוניווערסיטעט פּרעווענשאָן ריסורטש צענטער, האט געשריבן אז עס איז נישט מער שכל'דיג צו פארפירן איבער וואקסין צוליב וואס איר האט געהערט פון א געוויסע פאציענט וואס האט געהאט א רעאקציע, ווי אויפצוהערן גיין אויף די גאס צוליב וואס איר האט געהערט פון איינער וואס איז אפגעקלאפט געווארן דורך א קאר...

נאך טענות

די קרענק זענען אונטערגעגאנגן פאר די וואקסינען

די טענה פרובירט צו איבערשרייבן היסטאריע אז די קרענק האבן שוין געהאט אנגעהויבן צו פאלן נאר בעפאר די וואקסינען זענען איינגעפירט געווארן, דערפאר קען זי נישט נעמען קיין קרעדיט. דאס ווערט די מערסטע באנוצט קעגן די וואָפּינג קאָף (פּערטוסיס) וואקסין. דר. אייזיק גאלדען ווייזט א טשאַרט וויאזוי די ראטע פון די היסט איז שוין געווען גאנץ נידריג אין 1948, ווען די וואקסין איז געווארן איינגעפירט. כאטש וואס עס איז וואהר אז אין 1948 איז איינגעפירט געווארן די היינטיגע-באנוצטע די.טי.עי.פי. (אדער די.טי.פי.) וואקסין קעגן פּערטוסיס, איז אבער שוין געווען אנדערע וואקסינען דערקעגן זינט 1920. דערפאר איז די גאנצע טענה, א פּראָסטע שווינדל.

די וואקסינירטע קאמיוניטיס האבן נישט קיין בעסערע אויסזוכטן ווי די אומוואקסינירטע

מיר וועלן נאר ברענגן א קליינע אויסצוג פון די סייענס מעגאזין:
"עס איז נישט אז די וויירוס וואס לויפט ארום אין ניידזשיריע איז עפעס מער שעדליך; עס איז פשוט די שוואכע ראטע פון וואקסינאציע דארט וואס לאזט איבער אזויפיהל קינדער אויסגעשטעלט צו באקומען און פארשפרייטן די וויירוס. נעם אין באטראכט אז פאקיסטאן'ס צוויי שכנים, אינדיע און כינע, האב סוקסעספול געבויעט א 'אימיוניטי וואנט' דורך א שטארקע קאמפיין פאר וואקסינאציע."

אין אמעריקע, שרייבט פאפולער סייענס:
"די לעצטע אויסבראך אין די פאראיינגטע שטאטן פון מאָזלען, א פארמיידבארע קרענק וואס די מערב לענדער האבן שוין לאנג אויסגעראטן, האט זיך אנגעהויבן אין א ריזיגע קירכע אין טעקסאס ווי דער גלח פארפירט קעגן וואקסינאציע, ווי עס באריכטעט די יו.עס.עי טודעי."

סקארלעט פיווער איז אויסגעראטן געווארן אהן קיין וואקסין

דר. ראבין קראספארד טענה'ט אז סקארלעט פיווער (שָׁנִית) איז אויסגעראטן געווארן אהן קיין וואקסין. און עס איז אמת אז געוויסע קרענק קען אויסגעראטן ווערן דורך אנדערע מיטלען, אבער נישט אלע.

מיר האבן ליעב אונזערע קינדער

דאס איז א ספעציעלע נידריגע שלאג-ווארט. דאס איז צו זאגן כאילו די וואס וואקסינירן זייערע קינדער האבן ווייניגער ליעב זייערע קינדער, איז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.

אבער די איראָניע איז גאר טיעף, ווייל - אויב עפעס - קען מען זאגן אז אסאך פון די אנטי-וועקס זענען גאנץ אומזיכער מיט זייער א.ג. "פאקטן", אבער האלטן צוריק די וואקסינאציע פון זייערע קינדער צוליב זייער אידעאָלאָגיע, צו מאכן א פאליטישע שטאנדפונקט. ווער האט ליעב זייערע קינדער?!

ולא זו בלבד, נאר צוליב וואס איך האב ליעב אייערע קינדער, וואקסיניר איך מיינע קינדער, כדי זיי זאלן נישט קראנק מאכען אייערע אומוואקסינירטע קרענק-אויסגעשטעלטע קינדער...

אסאך דאקטוירים האלטן אויך אז עפעס איז שלעכט מיט וואקסין

עפעס דרייט זיך ארום א לינק צו א ראדיקאלער קאנאדישער מאגאזין "ארגאניק לייפסטיל מאגעזין", וואס בויעט אויף א השערה אז "נישט אלע" דאקטוירים האלטן פון וואקסינען. פרעגט זיך: וואס איז דען די נקודה? אז זיי האבן געטראפן עטליכע דאקטוירים וואס זענען יוצא מן הכלל? אויך מיר א דורכבראך... ווי די העלטה-פאנאטיק מעגעזין איז אליינס מודה, זענען רובו ככולו דאקטוירים איבער די וועלט פאר וואקסינאציע. האט דען איינער געמיינט אז דאקטוירים ווערן פאבריצירט אלס ראבאטן, אהן קיין דעת עצמם? עס איז זיכער נאטירלעך אז עס קומען ארויף געוויסע מענטשן אין יעדע טעמע מיט א מיינונג פארקערט ווי די אנגענומענע מיינונג, צי ווייל זיי זעהן עס אנדערש לויט זייער אייגארטיגען לעבנ'ס-שטייגער, צי ווייל זייער כאראקטער גלייכט אייביג צו זיין א מעוועריק מיט א איפכא מסתברא'דיגע צוגאנג.

ברענגט דאס א שטיקל אפשוואכונג צו די וועלט'ס אנגענומענע פראפעציאנאלע מיינונג? זיכער אז נישט. נאכמער, ווי מיר וועלן באלד ארויסברענגן, ווייזט דאס איז עס איז סתם נגיה פון געוויסע צו אויסשרייען זייערע התנגדות, נאר כדי צו באקומען אביסל אנערקענונג (אטענשאן בלע"ז).

אסאך דאקטוירים וואקסינירן נישט זייערע אייגענע קינדער

די אנטי-וועקס טענה'ן, אז "אסאך" דאקטוירים וואקסינירן נישט זייערע אייגענע קינדער. עס איז אומרעאליסטיש צו אפענטפערן אזא טענה אהן דעם וואס יענער זאל ברענגן פאקטישע באווייזן עס צו קענען איבערקוקן, און נישט סתם "איך אליינס האב גערעדט צו צענליגע דאקטוירים"...

אבער, מיט די הילף פון דעם רופא חולים, האבן מיר געפונען (נאך א איין-סעקונדע'דיגע גוגל זוך) א פאקטישע שטודיע, דורכגעפירט דורך נאציאנאלע איסטיטוט אוו מעדעצין, וואס צייגט אז איבער ניינציג פראצענט דאקטוירים גיבן יא אלע וואקסינאציע פאר זייערע קינדער, ספעציעל די דאקטוירים וואס ספעציאליזירן זיך מיט קינדער (פּידיעטרישאָנס). נאך מער, מער און מער דאקטוירים ווארפן אוועק פאציענטן וואס אנטזאגן וואקסינאציע מיט נישט-מעדעצינישע תירוצים (אלערגיע, א.ד.ג.), און די אמעריקאנער אקאדעמיע פון פידיעטריקס איז שוין ענדליך מסכים אז די פראקטיק פון אוועקווארפן איז ערלויבט (נאכדעם וואס דער דאקטאר האט ערשט פראבירט מיט שיינעם).

ווער זענען די אנטי-וועקס דאקטוירים?

פאר מיר ענדיגן די ארטיקל, וועלן מיר אראפברענגן עטליכע אנטי-וועקס פירער וואס זענען דאקטוירים, און פארשטיין פון וואו זיי קומען...

כמעט אלע פון די דאקטוירים וואס שטעלן זיך אנקעגן וואקסינאציע, ליידן פון א מחלה וואס ווערט גערופן אטענשאניירעס, א שטארקע געברויך פאר אויפמערקזאמקייט. איר וועט נישט טרעפן זייער נאמען אין פּאָב-מעד, א וועבסייט וואו עס ווערט געברענגט די צענדליגע - אויב נישט הונדערטער - פאפירן פון אלע ערנסטע דאקטוירים איבער זייערע ערפינדונגען, טעאריעס, עקספיריענס, א.ד.ג.

דר. ראסעל בלעילאק

דר. בלעילאק איז דערקעגן נאר קעגן געוויסע וואקסינען, א שטייגער ווי די שוויין-פלו (H1N1) וואקסין. צו גיבן א באגריף ווער דער הויכגעשעצטער דאקטאר איז, איז ווערד צו דערמאנען אז פינף און א האלב יאהר צוריק האט ער אינדארסירט די כעמטרעיל קאנספיראציע טעאריע (וואס האלט אז די רויך ליניעס וואס מען זעהט ארויסקומען פון פליגערס אין די הייעך, איז טייל פון א געהיימע קאנספיראציע צו פארשפרייטן כעמיקאלן צו קענען קאנטראלירן מענטשן...) אויב שפירט איר אז דער טעאָריע איז פארלעסליך, דאן קען מען פארשטיין אייער שרעק צו וואקסינאציע...

דר. דזשעי ען. גאָרדאָן

דר. גאָרדאָן זאגט אויך אז ער איז נישט קעגן וואקסינאציע (צי ווייל ער האלט טאקע אזוי, צי ווייל ער וויל קענען זאגן אז אפילו נישט אנטי-וועקס פאנאטיקס האלטן אויך אזוי...), און זאגט נאר אז ער האלט אז עס פעלט אויס א אפענע דעבאטע. אדרבה!

דר. סוזען האמפריעס

די וועבסייט "מעדיום" האט געשריבן א לענגערע ארטיקל, אויפווייזענדיג שורה ביי שורה וויאזוי דר. האמפריעס זאגט ליגנט איבער וואקסינען, ווי אז מאָזלען איז א "נישטיגע מחלה" מיט "מינימאלע טויטן" און די אנטי-מאָזלען וואקסין העלפט נישט קעגן אלע "סטרעינס", "ברענגט קרענק", קען "פארקריפלען" אדער אפילו "הרג'נען" ווער עס נעמט איר, האט נישט קיין שייכות מיט די דראמאטישע אונטערגאנג פון די מחלה, א.א.וו.

דר. שערי טענפּעני

אין א קורצע דריי מינוט'דיגע אויסצוג פון א אינטערוויו, זאגט דר. טענפּעני, א "דאקטאר" וואס האט נאך קיינמאל נישט פובליצירט קיין פאפיר אין איינע פון די פרעסטיזשפולע פובליקאציעס (ווי די שטייגער פון סיי וועלכע דאקטאר וואס האט זיך באטייליגט אין א שטודיע, אפילו אויף א קליינע שטאפל), און פראקטיצירט שוין נישט קיין טראדיציאנאלע מעדיצין פאר יאהרן (כאטש זי זאגט אז יא אויף איר וועבזייטל), אז זי איז נישט קיין סייענטיפישער פארשער.

זי זאגט אז זי "האלט" אז מען "קען" אדורכפירן א שטודיע וואס וועט "מעגליך" ווייזן אז אומוואקסינירטע קינדער פארפאסן ווייניגער שולע, וואס - לויט איר - "קען אויסגעטייטשט ווערן" אז זיי זענען געזונטערע קינדער. ווען דער אינטערוויוער האט איר געפרעגט היתכן טענפּעני האט פארפאסט די "גאנצע דריטע קלאס" (?!), האט זי געענטפערט אז זי איר געווען קראנק, און דאן אנגעהויבן צו דרייען מיט די צינג אז "עס איז גוט געווען" (צו זיין קראנק), און אז זי איז נישט קיין סייענטיפישער פארשער (אין אנדערע ווערטער: פרעג נישט אריין...)

פאר די רעקארד, דר. טענפּעני האט קיינמאל נישט באקומען קיין עם.די. (MD) לייסענס, און האט נאר באקומען די די.או. (DO) לייסענס (וואס באשטייט פון א מישונג פון טראדיציענאלע מעדעצין צוזאמען מיט האליסטישע און אָסטיאָפּאַטישע פילאזאפיע).

[געוועזענער...] דר. ענדרו וועיקפיעלד

הקדמה: מיר וועלן אביסל אויסברייטערען די באשרייבונגען ארום דעם נאמען, צוליב די וויכטיגקייט וואס זיין פארלעסליכקייט אדער אומפארלעסליכקייט ברענגט צו די טעמע.

ענדרו וועיקפיעלד איז דער פארשעמטער פארשוין אויף וועם אלע אוטיזם טעאָריקערס בויען, צוליב וואס ער האט דורכגעפירט די איינציגסטע שטודיע וואס האט טאקע געוויזן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם.

א פארבינדונג האבן מיר געשריבן?! א שטודיע האט דאס באוויזן?! יא, אבער עס איז אויפגעדעקט געווארן אלס א פאלשע שטודיע, א פאלנער שווינדל, געטריבן געווארן פון געלד-גייטיגקייט און כבוד-זוכעריי.

לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, אבער ערשט איבער די טרעמינען: ענדרו וועיקפיעלד איז א אומאָנגעקלאָגטער קרימינאַל וואס איז נישט קיין דאקטאר זינט ער האט פארלוירן זיין לייסענס. ומעשה שהיה כך היה:

מיט א טאטע און מאמע ביידע דאקטוירים, איז ענדרו געווארן א גאַסטראָענטעראָלאָגיסט. אין 1998 האט ער געשריבן א פאלשע שוין-צוריקגעצויגענע ריסורטש פאפיר באשולדיגענדיג אז עס איז פארהאן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. נאכדעם וואס ער האט פובליצירט די פאפיר, האבן אנדערע פארשער נישט געקענט רעפּראָדוצירן די זעלבע רעזולטאטן (א יסוד אין סייענטיפישע שטודיעס, און די קאנטראסט צווישן א טעאריע און א באווייז) אדער באשטעטיגן זיינע געפונסן. א 2004 אויספאָרשונג דורך די "סאָנדעי טיימס" רעפארטער ברייען דיר, האט אויפגעדעקט א פינאַנציעלע "קאָנפליק אוו אינטערעסט" (ניגוד עניינים) פון וועיקפיעלד. נאך די אויפדעקונג, האבן מערסטענס מיטשרייבער פון זיין שטודיע צוריקגעצויגן מיט זייער שטיצע צו די פאפיר און פון די שטודיע רעזולטאטן.

די בריטישע גענעראלע מעדיצינישע קאונסיל (GMC) האט אויסגעפארשט די קאנפליקט סקאנדאל, ספעציפיש קעגן וועיקפיעלד און צוויי מיטארבעטער. די אויספארשונג איז געווען קאנצענטרירט איבער ברייען דיר'ס פולע אנדעקונגען, אריינגערעכנט אז קינדער וואס האבן אנטייל גענומען אין די שטודיע זענען געווען אויסגעשטעלט צו אומנויטיגע שווערע מעדעצינישע פּראָצעדורן ווי קאָלאָנאָסקאָפּיס און לאָמבאַר פּונקטורס (ספּיינעל טעפּ), און אז וועיקפיעלד האט נישט באקומען די נויטיגע באשטעטיגונגן צו דורכפירן די שטודיע. אום י"ג שבט תש"ע האט די פינף-מיטגליד דזשי.עם.סי. טריבונאַל אים געפונען שולדיג מיט צענלדיגע קלאגעס, אריינגערעכנט פיר קלאגעס פון אומאָרענטליכקייט, און צוועלף קלאגעס פון אביוז פון אומגעזונטע קינדער. די פּאַנעל האט געאורטיילט אז וועיקפיעלד איז דורכגעפאלן מיט זיין אומ'אחריות'דיגע באהאנדלונגען, זיך געפירט קעגן די וואוילזיין פון די פאציענטן, געווען פארפיריש און שווינדלעריש מיט זיין ריסורטש.

די וועכענטליכע "לאנסעט" פובליקאציע האט צוריקגעצויגן די פאפיר, באזירט אויף די דזשי.עם.סי.'ס אויפדעקונגען, שרייבענדיג אז די עלעמענטן פון די נאטיצן זענען געווען געפעלשט. דריי מאנאטן שפעטער האט די בריטישע מעדיקעל רעדזשיסטער (וואס פארוואלטעט אויף מעדיקעל לייסענס אין ענגלאנד) אים אראפגעווארפן, שרייבענדיג אז ער האט געפעלשט מיט בייזוויליגע צוועקן, און איז פארבאטן געווארן פון פראקטיצירט מעדעצין אין ענגלאנד.

אין יאנואר 2011, א לייט-ארטיקל וואס האט באגלייט ברייען דיר'ס ארטיקל, האט געשילדערט וועיקפיעלד'ס ארבעט אלס א ברייט-פארצווייגטע שווינדל.

פארוואס האט ער אדורכגעפירט אזא פארפירישע און שעדליכע שווינדל? וואס איז געווען די קאָנפליק אוו אינטערעסט? ווי די סאָנדעי טיימס האט אויפגעדעקט, האט א לויער געארבעט מיט עלטערן פון צוועלף פון די קינדער אין וועיקפיעלד'ס שטודיע צו קלאגן די עם.עם.אר. וואקסין פירמע, און זיי האבן געדארפט א שטודיע וואס זאל קענען באווייזן די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם.

דר. גערהארד בוכוואלד

דער דייטשער דאקטאר האט געדריקט עטליכע ביכער און פאפירן קעגן וואקסינאציעס, ארייגערעכנט "וואקסינאציע: א געשעפט באזירט אויף שרעק" און "די וואקסינאציע נאן-סענס".

דר. אַרכיוויידס "אַרטשי" קאַלאָקעריינוס

דר. קאַלאָקעריינוס האט געגלייבט אז וואקסינען זענען גענוצט געווארן צו אויס'הרג'נען גאנצע סעקטעס אין אוסטראליע, און איז שולדיג פאר'ן פארשפרייטן די שוידערליכע עידזש.איי.ווי. וויירוס אין אפריקע. ער האט געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג פלאנירט צו נוצן וואקסינען צו אויסראטן טיילן פון איר באפעלקערונג, ווי קרימינאלן.

דר. ראבערט מענדלסאהן

דר. מענדלסאהן ווערט באטראכט אלס דער ערשטער אנטי-וועקס קינדער דאקטאר, און איז אויך געווען קעגן די אולטעסאַונד טעסט, די קאָראָנערי בייפּעס אַפּעראַציע, פארלאנגען לייסענס פאר נוטרישאָניסטס, און סקירינגס קעגן ברוסט קענסער. ער האט אויפגעטרעטן אויף די טעלעוויזיע איבער פינף הונדערט מאל, און געשריבן פינף ביכער איבער די טעמע.

דר. דזשעי בּאַרט קלאַסען

די אמעריקאנער קאונסיל אוו סייענס און העלטה האט געשרבין איבער דר. קלאַסען'ס מיינונגען:
"די באשולדיגונגען האט נישט קיין שום סייענטיפישע יסוד. די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם, איז שוין עטליכע מאל אויפגעוויזען געווארן אלס פאלש זינט עס איז ערשט פארגעשלאגן געווארן דורך וועיקפיעלד. די אונטירשטע שורה איז אס עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. מיר פאדערן פון די פובליקום זיך נישט צוהערן צו די געדאנקן פון די אנטי-וועקס באוועגונג, און טוהן וואס איז בעסער פון די ציבור און זיך וואקסינירן."

דר. רעימאָנד אָבּאָמסאַווין

דר. אָבּאָמסאַווין גלייבט אויך אז וואקסינען האבן געברענגט די שוידערליכע עידזש.איי.ווי. וויירוס. די ארגאניזאציע "סייענס-באזירטע מעדעצין" שרייבט אז ער איז אומאויפריכטיגע אויבער-חכם.

דר. פיליפּ אינקאַאָ

דר. אינקאַאָ, אויך א עידזש.איי.ווי. פארלייקענער, האט געהאט א טייל אין פארנאכלעסיגן דאס לעבן פון עטליכע פאציענטן מיט די טויטליכע וויירוס, אריינגערענט דאס געבן אנטיביאטיק פאר א קליין קינד מיט די וויירוס (וואס ברענגט א זיכערן טויט; זעה א פּאַלמעסונג באריכט).

דר. גיילעין לענקטאַט

דר. לענקטאַט האט פארלוירן איר מעדעצינישע לייסענס אין קאנאדא, און איז אנטלאפן קיין פלארידע. זי גלייבט אז ציוני'סטישע פינאנצירער פירן אן די מעדיצינישע אינדוסטריע.

אנדערע

מען קען אזוי אנגיין מיט יעדע נאמען אויף די אנטי-וועקס ליסטע, און געווענליך וועט מען טרעפן איינעם מיט אויפגערודערטע דמיונות, מעדעצינישע סקאנדאלן, פארלוירענע לייסענס, דורכגעפאלענע שטודיעס, א.א.וו.

הצד השווה שבהן, שדרכן להזיק ושמירתך לא עליהם.


געשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל