געזונטהייט באאמטע אין ניו יארק און ניו דזשערזי האבן ארויסגעלייגט א ווארנונג איבער א פרישע מיזעלס אויסברוך אין ניו יארק, נאכדעם וואס א אומוואקסינירטער מענטש וואס האט דאס געכאפט אין ארץ ישראל האט זיך געדרייט נאכ׳ן ווערן אנגעשטעקט און ווארשיינליך אנגעשטעקט צענדליגע אנדערע.

אינעם ווארנונג ווערן מענטשן געפאדערט צו זיך באלדיג אונטערזוכן אויב האט מען סיי וועלכע סימפטאמען, ספעציעל אויב איז מען געווען אין איינע פון די פאלגענדע פלעצער:
👈 קהל בית אליעזר אין מאנסי אום דאנערשטאג כ״ה תשרי, אקטאבער 4
👈 וועסלי קאושער א טאג דערויף פרייטאג כ״ו תשרי אקטאבער 5
👈 ביהמ״ד באראוו דעם זעלבן טאג אוונט ביי קבלת שבת און צומארגנס ביי שחרית
👈 און דעם נעקסטן זונטאג ביי קאטסקא.

די סימפטאמען נעמען אריין א קערפערליכע אויסשלאג, הויך פיבער, א הוסט, א רינעדיגע נאז, פארטרערטע אויגן. און עס איז קריטיש וויכטיג עס צו באהאנדלן באצייטנס וויבאלד עס קען ווערן לעבנס געפערליך אויב מען פארנאכלעסיגט עס, ספעציעל דארף מען געווארנט זיין מיט פרויען אין ספעציעלע אומשטענדן.

בילד

👈 זעהט דאקומענט און מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס



מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל