פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך געזאגט אז סאודי אראביע וועט שטרענג באשטראפט ווערן אויב שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן פארכאפט אדער ערמארדעט דעם סאודיער זשורנאליסט כאמאל קאשוגי, און האט נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פון לייגן סאנקציעס, א זאך וואס האט געברענגט א שארפע רעאקציע פון ריאד וועלכע האט אפגעשלאגן די באשולדיגונגען און קריטיקירט אמעריקע פאר׳ן איר סטראשען. אצינד קוקט אויס אז די שארפע רעאקציע פון סאודי אראביע האט זיך אויסגעצאלט, און ווי עס שיינט האט טראמפ באשלאסן צו נידערן די טענער, און האט היינט געמאלדן אז ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט׳ן קעניג פון סאודי אראביע וועלכער ״האט שארף געלייקנט אז ער ווייסט וואס האט פאסירט צו זיין אראבישע-סאודישע בירגער״. דער פרעזידענט האט צוגעלייגט א קאנספיראטיווע שפעקולאציע, אז ער איז מעגליך אומגעברענגט געווארן דורך פארברעכערישע מערדער וועלכע זענען נישט פארבינדען צו די רעגירונג, א זאך וואס קוקט אויס אוממעגליך נעמנדיג אין באטראכט אז עס האט פאסירט אינעם אמבאסאדע.

פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך געזאגט אז א קריזיס מיט סאודי אראביע וועט שאדן מאכן ביליאנען פאר אמעריקע, וויבאלד זיי זענען די גרעסטע איינקויפער פון אמעריקאנער וואפן, און דער פרעזידענט האט היינט ווידער אונטערגעשטראכן אז ער וועט ארבייטן מיט סאודי אראביע און טערקיי צו דערגיין וואס האט פאסירט, און האט געמאלדן אז ער וועט שיקן סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו פאר געשפרעכן מיט די סאודיער מלוכה הויז.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל