אמווייניגסטס 13 זענען אומגעקומען אין שווערע פארפלייצונגען וואס האבן באטראפן דעם אוידע ראיאן אין דרום-מערב פראנקרייך, מיינסטנס אומגעקומענע זענען פארשוועמט געווארן נאכדעם וואס דער אוידע טייך איז פלוצלינג ארויפגעקומען מיט א שטארקן קראפט און פארשוועמט יעדן וואס איז געשטאנען אין וועג.

דער פארפלייצונג איז געקומען נאכדעם וואס עס איז אין עטליכע שטונדן געפאלן אזויפיל רעגן וואס עס פאלט נארמאל דורכאויס עטליכע חדשים, און אין געוויסע פלעצער האט עס געברענגט פארפלייצונגען אזויפיל ווי 23 פוס הויך. פילע איינוואוינער זענען געבליבן געשטראנדעט אויף זייערע דעכער, נאכדעם וואס די הייזער זענען גענצליך פארפלייצט געווארן. די אויטאריטעטן זאגן, אז דאס איז דאס ארגסטע פארפלייצונג וואס די געגענט האט געזען אין איבער 100 יאר.

די רעגירונג האט אריינגעשיקט 700 טרופן צו העלפן מיט די רעטונג ארבייט, און זיי באנוצן זיך מיט העליקאפטער וויבאלד צוטריט דורך די שאסייען איז אוממעגליך נאכדעם וואס פילע שאסייען זענען פארפלייצט, און א צענטראלע בריק איז אויך גענצליך פארשוועמט געווארן.

בילד

👈 זעהט ווידיא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל