קאנאדע וועט ווערן דאס צווייטע לאנד אין די וועלט, וואס טוט פולשטענדיג לעגאליזירן דעם באנוץ פון קאנאביס (אויך באקאנט אלס מאריכואנא). דער לאנגיעריגער פארבאט אויף דעם דראג ענדיגט זיך דעם מיטוואך, און קאנאביס וועט פרייערהייט פארקויפט ווערן דורך געשעפטן מיט ספעציעלע לייסענס, און וועט אויסשטיין רעגולאציעס ענדליך צו אלקאהאל.

דער באשלוס צו לעגאליזירן דעם דראג, איז געקומען נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן איינגעזען אז עס איז זינלאז צו פירן א מלחמה איבער קאנאביס באנוץ, וויבאלד א גרויסע טייל יוגנטליכע באנוצן זיך דערמיט סיי ווי, און עס שאפט א שווארצע מארקעט וואס ווערט געשאצט אין די פילע ביליאנען, א זאך וואס קען אריינברענגען געלט אין די רעגירונג קאסע. די רעגירונג רישט זיך אצינד אויף ארום 400 מיליאן דאלער אין איינקונפט אינעם ערשטן יאר פון שטייערן. קאנאדישע אויטאריטעטן זאגן אז דער פארבאט אויף קאנאביס איז ענליך צום פארבאט אויף אלקאהאל אין אמעריקע, און עס קען מער נישט אנהאלטן וויבאלד עס ווערט געשאצט אז צווישן 3 ביז 6 מיליאן קאנאדישע בירגער באנוצן זיך סיי ווי סיי מיט דעם דראג, און עס איז דעריבער אוממעגליך צו פירן א פארלוירענע קריג.

דאס באנוץ פון קאנאביס איז אנדערש פון נארקאטישע דראגס און אפיום׳ס, און האט ווארשיינליך נישט קיין ערנסטע געזונהייט עפעקט, און איז אויך נישט זייער אדיקטיוו. עס ווערט אפט פארגליכן צום באנוץ פון אלקאהאל, און קעגנער צייגן אז אז באנוצער קענען ווערן צוגעבינדן און געוויסע באנוצער פארלירן דעם חשק צו ארבייטן און פונקציאנירן געהעריג.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל