דער אפיציעלער נייעס קוואל פון בריטאניע די "בי-בי-סי" באריכטעט היינט די רעזולטאטן פון א ברייטע זשורנאליסטישע אויספארשונג וואס זיי האבן דורכגעפירט איבער די סיריער בירגער קריג וואס האט שוין געקאסט איבער 350 טויזנט לעבנס, און רואינירט לעבנס פון מיליאנען. זיי דעקן אויף אז די כעמישע אטאקעס פון די אסאד רעזשים זענען געווען פיל אפטער ווי מען האט געוויסט ביז היינט, און אז עס איז נישט בלויז געווען איזאלירטע פעלער, נאר דאס באנוץ פון כעמישע וואפן איז געווען אן אינטעגראלע טייל פון די מלחמה פלאן פונעם אסאד רעזשים און זיינע איראנער און רוסישע העלפער.

דורכאויס דעם ציווילן קריג - באריכטעט די בי-בי-סי - האט די רעזשים דורכגעפירט אמווייניגסטנס 106 כעמישע אטאקעס, און - לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס - איז עס אין אלע פעלער גענוצט געווארן אין ענליכע אומשטענדן, און האט געדינט א סטראטעגישע ציל צו אנזייען שרעק און טויט אויף צו ענדגילטיג צוברעכן אפאזיציע קרעפן.

דער אויספארשונג צייגט גאר קראנטע באווייזן, אז די אסאד רעזשים איז געווען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די אלע אטאקעס, און אין מיינסטנס פעלער האבן זיי זיך באנוצט מיט פליגערס צו דורכפירן די אטאקעס, א זאך וואס ווארפט אפ די קאנספיראציע טעאריע וואס אסאד און די רוסן פארקויפן אז רעבעלן גרופעס זענען אייגענטליך געשטאנען דערונטער.

דער אויספארשונג באציט זיך צו די אטאקעס וואס זענען דורכגעפירט געווארן נאך סעפטעמבער 2013, ווען די אסאד רעזשים האט אפיציעל אויפגעגעבן אירע זאפאסן פון כעמישע וואפן, און - ווי עס שטעלט זיך ארויס - האט זי פארפירט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, און טראצדעם וואס זי האט אויפגעגעבן טויזנטער טאנען פון כעמישע מאטריאל, האט זי נאך געהאט גענוג צו אנזייען טויט און טעראר איבער סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל