אין ליכט פון די שרעקליכע מיזעלס אויסברוך, ביים היימישן ציבור אין מאנסי און אין ברוקלין, וועלכע עפעקטירט אומווייניגסטנס 17 קינדער, האט די העלט דעפארטמענט פון ראקלענד קאונטי געשיקט א פארארדענונג פאר די מוסדות אין שטאט, צו פארבאטן אומוואקסינירטע קינדער פון קומען אין חדר אדער שולע פאר דריי וואכן.

עס נעמט דריי וואכן, ביז ווילאנג מען קען זיין זיכער אז די קינדער טראגן נישט ארום מיט מיזעלס, און קענען ערלויבט ווערן צו צוריקקומען, די אויטאריטעטן זאגן, אז אויב וועלן די קינדער ווייטער קומען אין די מוסדות, קען עס פירן צו א ברייטערע אויסברוך, וואס קען ח״ו פירן צו שווערע קאמפליקאציעס, מוסדות וואס וועלן פארלעצן דעם פארארדענונג קענען אויסשטיין לעגאלע קאנסעקווענצן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל