דער כינעזער ווייס פּרעזידענט וואַנג קוישאַן האָט היינט מאנטאג געלאַנדעט אין מדינת ישראל, זייענדיג די העכסט-ראַנגיקער כינעזער באַאַמטער צו באזוכן דאס לאנד אין יאָהרן. דאָס לעצטע מאל א הויכער כינעזער באַאַמטער האָט באַזוכט, איז געווען אין 2000, ווען דער דאַן-פּרעזידענט דזשיאַנג זעמין האָט באַזוכט.

דער ווייס פּרעזידענט האָט פּלאַנירט די דריי טאָגיגע באַזוך, אַנטיילצונעמען אין די פערטע כינע-מדינת ישראל פאַראייניגטע קאָמיטע אינאָוואַציע קאָנפערענץ. וואַנג איז לעצטענס נאָמינירט געוואָרן אַלס דער הויפּט פון די כינע-מדינת ישראל פאַראייניגטע קאָמיטע אויף אינאָוואַציע קאַאָפּעראַציע. די קאָמיטע און קאָנפערענץ איז אויפגעשטעלט געווארן צו מוטיגן און שטיצן קאַאָפּעראַציע צווישן די צוויי לענדער. די פאָריגע אינאָוואַציע קאָנפערענץ איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן לעצטע יאָהר אין בעידזשינג, מיט פרעמיער נתניהו'ס באַטייליגונג

וואַנג'ס באַזוך קומט אין א צייט ווען די האַנדל צווישן די צווי לענדער האָט דערגרייכט כמעט צען ביליאָן דאָלער אין 2017, מער פון דאָפּעלט די נומערן פון צען יאָהר פריער.

דעניעל זהענג, דער פירער פון די ריזיגע אליבאַבאַ פירמע, איז געזעהן געוואָרן צווישן די כינעזער געסט.

בילד

באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל