וואלן שווינדל

פּרעזידענט טראָמפּ האט שוין אַסאַך פאַרפירט איבער די שרעקליכע פאַרברעך פון פאַלשן די וואַלן (וואָוטער פראָוד), שוין פון די טאָג וואָס ער האָט ערקלערט זיין קאַנדידאַטור צום פּרעזידענטשאַפט (מעגליך ווייל ער האָט - ע"פ שכל - נישט געגלויבט אז ער וועט געוואונען...) די לעצטע פּאָר טעג האָט זיך "דער דאַנעלד" באַזונדער אויפגעריסן אויף טוויטער (ווי דען?) איבער די טעמע, שרייבענדיג אז "אַלע שטאַפּלען פון די רעגירונג און לאָו ענפאָרסמענט היטן מיט אַכטונג פאַר וואַלן פעלשערס, אריינגערעכנט פריע שטימערס." אויך האט ער געשריבן "שווינדלט אויף אייער אייגענע אחריות. פארברעכערס וועלן זיין אויסגעשטעלט צו די מאַקסימום שטראָף, סיי ציווילע און סיי קרימינאַלע קלאַגעס!"

טראמפ'ס טוויט

איז עס אמת, אדער נישט?

אין קורצן: ניין! ס'הייסט?! קיינער שווינדלט נישט אין די גאנצע לאַנד? דאס איז נישט די אויפריכטיגע פראגע. יעדער פארשטייט אז איזאָלירטע רויבער הייסן נישט קיין אָרגאַניזירטע קריים, און איזאָלירטע שווינדלער באַווייזן נישט אויף קיין סיסטעמאַטישע פּראָבלעם וואָס אַפעקטירט די גאַנצע וואַלן דינאַמיע (אַ שטייגער ווי די רוסישע אריינמישונג, באַשטעטיגט דורך אלע אינטעלידזשענס אַגענטורן, אַוועקגעמאַכט דורכ'ן פּרעזידענט).

ווען וואַלן שווינדל מאַכט די נייעס, דאַרף עס זיין אַ באַדייטענע פּראָצענט פון די אַלגעמיינע כשר'ע שטימען. ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט נעמט אַ פּערזענליכע ראָלע אין די טעמע, דאַרף מען קענען ערקלערן וואָס זיין מאָטיוו איז.

פאַקט באַשטעטיגונג

דזשוסטין לעוויט, א קאָנסטיטוציאַנאַלע געזעץ פּראָפעסאָר אין די לאָיאָלע לאָו שולע אין קאַליפאָרניע, האָט נאָכגעפאָלגט אַמעריקאַנער וואַלן פון 2000 ביז 2014 זוכענדיג פאר וואַלן שווינדל, ספּעציפישע און פאַרלעסליכע באַשולדיגונגען אז איינער זאָל האָבן געשטימט מיט אַ אידענטיטעט וואָס איז נישט זיינע. ער האָט געפונען 31 פאַלן פון פאַלשע שטימען; דאס איז איין און דרייסיג פעלער פון מער ווי א ביליאָן שטימען!

זיכער איז צום האָפן אז די לאָו ענפאָרסמענט וועלן אויספאָרשן יעדע פון די איין און דרייסיג פעלער און העלפן פאַרהיטן פון איבערשפּילן נאָך שווינדל, אבער דאס איז נישט קיין ברייט-פאַרשפּרייטע פּראָבלעם, ווי טראָמפּ וואָלט געוואָלט איר זאָלט גלייבן.

דזשוסטין לעוויט איז ווייט נישט דער איינציגסטער. פּרעזידענט דזשאָרדזש דאָבעליו בוש האָט געהאַט געשטעלט אַ קאָמיסיע פאַר פינף יאָהר צו פאָרשן וואַלן שווינדל, און - ווי דער ניו יאָרק טיימס האָט דאַן באַריכטעט - "די יוסטיץ דעפּאַרטמענט האָט נישט אויפגעדעקט כמעט קיין שום באַווייזן פון סיי וועלכע אָרגאַניזירטע פּריוו צו פאַרקרומען פעדעראַלע וואַלן".

אין די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן האָבן זיך באַטייליגט מער פון 135 מיליאָן וויילער, און עס זענען דאָקומענטירט געוואָרן פיר פעלער פון געפעלשטע וואַלן, לויט אַ וואַשינגטאָן פּאָוסט באַריכט.

עס זענען פאַרהאַן אַסאַך שטודיעס, וואָס אַלע קומען צו די זעלבע רעזולטאַטן. עס שווימט אַרויף באַווייזן פון איינצעלנע פעלער ווי אַ וויילער האָט פּרובירט צו שטימען אומלעגאַל, אָבער נישט קיין ברייט-פאַרשפּרייטע פּריוון און אַסאַך ניטאַמאָל מיט אַ בייזוויליגע כוונה (בטעות אַריינגעוואַנדערט אין די אומריכטיגע דיסטריקט, וכדומה).

וואס וויל טראָמפּ?

עס איז נישט קלאָר צו טראָמפּ ווייסט גוט אַז די גאנצע באַשולדיגונג איז אַרויסגעזויגן פון פינגער, און ער פאַרשרייט דאָס מיט די ביליגע כוונה צו פאַרדינען קרעדיט ביי די פאַרלוסט, אויב עס זאָל קומען דערצו. ער איז באַוואוסט צו האָבן אַ אויסערגעווענליכע דעליקאַטע שוואַכקייט צו סיי וועלכע פאַרלוסט, און דאָס "זיין אַ געוואונער" איז זיין לעבנ'ס ציהל. בכלל איז ער מלומד מיט'ן פאַרשפרייטן פאַלשע נייעס פאַר פּאָליטישע פּאָונטס, אָדער גאָר סתם אַזוי אָהן קיין פאַרוואָס.

עס איז אויך מעגליך אין די פאַל, אז טראָמפּ לעבט דאָ, וואו אין עטליכע אַנדערע פעלער, אין זיין בלאָז (בּאָבּל), וואו פאַקס ניוז איז די איינציגסטע נייעס, און זיינע פאַנטאזיעס זענען לעבעדיגע פאַקטן.

וויאזוי אימער, האָט טראָמפּ אַ לאַנגע היסטאָריע פון שטופּן די געדאַנק אַז עס קומט פאָר אַ ברייט-פאַרשפּרייטע פּריוו - זיכער דורך די דעמאָקראַטן - אויסצושפּילן די וואַלן סיסטעם דורך שווינדל. גלייך נאָך די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן, האָט טראָמפּ באַשטאַנען אַז די אורזאַך פאַרוואָס ער האָט פאַרלוירן די פּאַפּולערע שטימען (מיט כמעט דריי מיליאָן שטימען) איז צוליב די געפעלשטע שטימען.

בילד

גלייך נאָכ'ן ווערן איינגעשוואוירן אַלס פּרעזידענט, האָט טראָמפּ געשאַפן די פּרעזידענטליכע רעקאָמענדאַציע קאָמיסיע, וואָס איר ציהל איז געווען צו טרעפן און אויסוואָרצלען ברייטע פּריוון צו באַשווינדלען די וואַלן סיסטעם. ווייניגער ווי אַ יאָהר נאָכ'ן פאָרמירונג, האָט טראָמפּ אויפגעבראָכן די קאָמיסיע. און ער האָט באַשולדיגט די דעמאָקראַטן פאַר'ן נישט העלפן צושטעלן די נויטיגע באווייזן...

טוויט

יעצט, פופצן טעג פון די 2018 מידטורם וואַלן, שפּירט טראָמפּ ווי די ערד ברענט אונטער די פיס מיט מעגליכע פארלוסטן, הייבט ער ווידער אָהן צו רעדן און שימפּן איבער די אומזעהבאַרע שווינדלעריי, אָהן קיין שמץ באווייז, ווייל... עס איז נישט פאַרהאַן קיין באווייז.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל