פון יוסי געשטעטנער

מען האלט א וואך נאכדעם וואס א איד אין די זעכציגער יארן איז אנגעקלאפט געווארן אין די גאסן פון בארא פארק דורך א העסליכער פארברעכער. די מידיא נעצן אין ניו יארק האבן באריכטעט אז דער שלעגער האט געזאגט אז א איד האט געהאקט אויף זיין אויטא, און ער האט געמיינט אז הרב שווארטץ וואס איז געשטאנען אינמיטן גאס איז געווען דער וואס האט געהאקט.

דאס איז אבער גענצליך נישט אמת, ווייל ווידיא צייגט אז פאר צוואנציג בלאק האט דער שלעגער נישט געהאט א פארקער מיט קיינעם. נאכמער, ער איז געפארן רואיג אויף די רעכטע ליניע, ווען פלוצים האט ער זיך גענומען יאגן אריבער צו די לינקע ליניע צו א חסידישער איד וואס האט אריבער שפאצירט די גאס. זעענדיג דעם מטורף, האט דער איד זיך גענומען לויפן און פארמיטן דעם אויטא. דער אויטא איז ווייטער געפלויגן, אריבער געיאגט איין אינטערסעקשאן; דערנאך נאך איינס וואס איז געווען רויט, און דאן האט ער ווילד אפגעשטעלט דעם קאר. ער איז ארויסגעקומען, איגנארירט דעם דעליווערי מאן וואס איז געשטאנען אינמיטן בלאק נאנט צום קאר, און דער רוצח איז געלאפן צום חסידישער איד וואס איז געשטאנען ווייטער און אים אנגעהאקט.

די ווידיא וואס צייגט די גאנצע געשיכטע, דהיינו אז דער שלעגער האט כמעט אראפגעקלאפט א איד מיט זיין אויטא, איז ארויסגעקומען צום גאס ערשט א טאג צוויי שעפעטער און אפילו דאן איז עס עפעס נישט אנגעקומען צו די מידיא וועלכער האט ווייטער גערעדט איבער א שטראז אויפברויז, ראוד רעידזש, אינצידענט. און דאס האט געהאט א דריי פאכיגע נעגאטיווע אפעקט:

ערשטענס, האט עס אפגעקלינגען אין גאנץ ניו יארק סיטי און אומגעגענט, אז א חסידישער איד האט געהאט א ווילדער פארקער מיט א טעקסי דרייווער. נישט אז די אומרעכט דורך איין חסיד איז עפעס די אחריות פונעם ציבור אין אלגעמיין, אבער עס איז פארט א נעגאטיווע באריכט

צווייטענס, האבן די באריכטן שטארק וויי-געטאן פאר הרב שווארץ, ווייל נישט בלויז וואס פיזיש האט ער געכאפט ביטערע קלעפ, נאר - א דאנק די פאלשע באריכטן - האבן פיל מענטשן געהאלטן אז ער האט געטאן עפעס שלעכט עטליכע מינוט פריער דורך האבן עפעס א פארקער מיט'ן דרייווער. אין פאקט, איינער האט מיר געזאגט עס איז גאר פארהאן א ווידיא וואו א צווייטער איד האט עפעס א געפעכט מיט'ן טעקסי מאן א מינוט פאר די אטאקע. הייבט זיך נישטא אן!

דריטענס, ווייל די פאלשע ווערסיע איבער א ראוד רעידזש אינצידענט איז געווארן אנגענומען אין די גאסן, האט מען פאר באלד א וואך נישט אנגעקלאגט דעם שלעגער מיט א האסן פארברעך; ווייל ער האט זיך אנגעבליך בלויז טועה געווען מיט א צווייטע חסיד. איך פארשטיי ניטאמאל דעם אויסרייד: דו ביזט מודה אז די איינציגסטע פארבינדונג מיט הרב שווארץ איז אז ער זעט אויס ווי דער מענטש מיט וועם דו האסט געהאט צו טאן און די אויסזען איז... חסידיש. איז דען דאס נישט א האסן פארברעך? געזעץ מענטשן זאגן אז אין אזא פאל הייסט עס נישט א האסן פארברעך, ווייל ער האט געצילט יענעם צוליב א טעות מיט א צווייטן און נישט סתם אלס א חסיד

א שאד זיך צו טעהנ'ן דערויף, אבער די שפיץ איז אז דא האט די ציבור א קלארע ביישפיל וויאזוי אומריכטיגע מידיא באריכטן האט א דירעקטע אפעקט סיי אויף די אנזעהן פונעם ציבור; סיי אויף די געפילן פון א יחיד, און סיי אויף די וועג וויאזוי די סיסטעם גייט זיך אים מיט קלאגעס. עס וואלט זיך אויסגעפעלט שווערע שעות פון זיין אין פארבינדונג מיט די מידיא נעצן אנפאנג פאריגע וואך צו שטעלן דעם רעקארד גראד, אבער ליידער האט זיך נישט געטראפן גענוג מענטשן וועלכע זאלן ביישטייערן פאר דעם צוועק בעפאר די קריזיס איז אנגעקומען, האט מען ליידער געהאט וואס מען האט געהאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל