"איך האב געציטערט פאר מייל לעבן! איך האב געוויסט אז אויב איך קעמף נישט צוריק בין איך פארטיג!"

ר' ליפא שווארטץ דערציילט זיין איבערלעבעניש, ווען א פארשוין האט אים אטאקירט היינט צופרי אויפ'ן וועג צום שוהל. "ברוך השם איך בין אינדרויסן פונעם שפיטאל מיט מינימאלע וואונדן, אבער די טראמע נאך די ווילדע אטאקע וועט מיך באגלייטן אויף אייביג!"

ר' ליפא איז געמיטלעך געגאנגען אויף די 13'טע עוועניו צו דאווענען שחרית, ווען א קאר האט זיך פלוצלינג אפגעשטעלט און דער דרייווער איז ארויסגעשפרינגן און געקומען צו לויפן. ר' ליפא'ס קערפער האבן זיך ווי געפרוירן, האפענדיג אז דער גוי וועט פארביי גיין זיין וועג, אבער יענער איז צוגעלאפן צו אים און באפאלן מיט קלעפ. ר' ליפא איז געווען שאקירט פון די ווילדע אטאקע, וואס האט אויסגעזעהן געצילט צו אים דירעקט. די פאליציי גלויבט אז עס האנדלט זיך אין א האסע אטאקע.

דער 37-יעהריגער פאַרוך אַסזאַל פון סטעטן איילענד איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס א פארבייגייער האט אים אפגעהאלטן פון אנטלויפן פון די סצענע. דער פארשוין האט א קרימינאלע רעקארד, און איז שוין ארעסטירט געווארן אכט מאל אין די פארגאנגענהייט.

בילד

👈 זעהט ווידיא

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



זעהט אויך:
ר' ליפא שווארטץ דאנקט דעם אייבישטער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל