קרית יואל - די אנטי וואקסין ראדיקאלן האבן גענומען זייער קאמף קעגן וואקסין צו די קומענדיגע שטאפל, מיט א שטוינדע אומ'אחריות'דיגע און סכנה'דיגע אקט ארומצושיקן א ראבאקאול צו גאנץ קרית יואל אז אויב מען האט א קינד מיט סימפאטען פון אנשטעקיגע מחלות, זאל מען עס האלטען פאר א סוד און קיינעם דערציילן, און זיכער נישט גיין צום דאקטער מיט'ן קינד.

עס איז איבריג ארויסצושרייבען די אומ'אחריות און רשעות פון מאכן אזא טעלעפאן רוף, ווען תמימות'דיג פרויען קענען נאך אננעמען זייער עצה. די איראניע גייט נאך ווייטער, אז זיי האבן געזאגט אז מען זאל ווייטער שיקן די קינדער אין חדר/שולע צילוב "ביטול תורה"...

לעצטענס איז פובליצירט געווארן בריוון פונעם ראב"ד ירושלים, אדמו"ר מ'בעלזא און נאך, א פרעצעדענטלאזער געברויך צו דארפן אנזאגן עלטערן צו אפהיטן די געזונט פון זייערע קינדער און אז זיי זענען פאקטיש נישט קליגער פון קיין געלערנטע וויסענשאפטלער און דאקטוירים, כאטש זיי האבן צוטריט צו גוגל...

אידן שומרי תורה ומצוות רופן די בוגדים: הערט אויס די רבנים און דאקטוירים! לייגט נישט אריין די לעבן פון אייער פאמיליע און פונעם כלל אין א סכנה! זייט אייך נישט מתחצף קעגן די דעת תורה!



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל