דער מיזלעס אויסברוך ביים חרדי'שן ציבור האלט ווייטער אן, און נעכטן זענען ארויסגעקומען פרישע סטאטיסטיקס איבער דעם מיזעלס אויסברוך. די ציפערן זענען: ירושלים, 874; בית שמש,266; ביתר עילית, 95; בני ברק, 93. דאס רעכנט אריין הונדערטער קליינע קינדער, טייל פון זיי אין שפיטאל אין א שווערן צושטאנד.

אין ליכט פון דעם, האט דער פוסק הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים היינט ארויסגעקומען מיט א פרעצעדענטלאזע פסק הלכה, אין וועלכע ער שטורעמט קעגן די עלטערן וואס וואקסינירן נישט די קינדער, שרייבנדיג אז זיי זענען מחלל שם שמים און "נותנים יד לפושעים" צו פארשעמען שומרי תורה ומצוות אז זיי פארנאכלעסיגן געזונטהייט.

דער פסק הלכה איז אדרעסירט צום לעיקוואודער ראש ישיבה הג"ר מלכיאל קאטלער שליט"א, וועלכער האט אים אנגעפרעגט דערוועגן. דער ראב"ד שליט"א שרייבט אז ער איז געזיצן מיט דאקטוירים און ספעציאליסטן צו פארשטיין דעם עניין פון וואקסינען, און אז ער איז געקומען צו די מסקנה אז נעמען וואקסינען איז א חיוב פון פיקוח נפש, און אלע חששות קעגן דעם זענען אומבאגרונדעט.

אדמו"ר בעלזא איז אויך ארויסגעקומען נישט לאנג צוריק מיט א בריוו אז זיינע חסידים זאלן זיך וואקסינירן.





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל