א קינד פון אנדערהאלבן יאר אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים, איז נעבעך אומגעקומען פון די לעצטע מיזעלס אויסברוך, דאס קינד איז אפגעפירט געווארן היינט אינדערפרי צום שערי צדק שפיטאל מיט א שווערע אטעם, און האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה נאך א קורצע צייט.

נאך צוויי קינדער פון די פאמיליע ווערן באהאנדל מיט מיזעלס, און אויטאריטעטן אין ארץ ישראל פרובירן מיט אלע כוחות צו באקעמפן די פאלשע אינפארמאציע וועלכע צירקולירן ארום וואקסינאציע, און צייגן אן אויף די געשיכטע אלס א טראגישע ביישפיל וויאזוי די אנטי-וואקסין קאנספיראציעס קען קאסטן לעבנס.

אין אייראפע זענען שוין דאס יאר געשטארבן 37 פון א מיזעלס אויסברוך. די מיזעלס אויסברוך אין די היימישע געגענטער אין ארץ ישראל פארשפרייט זיך גאר שנעל, און אויטאריטעטן זאגן אז ארום 900 פעלער פון מיזעלס זענען שוין אנגעקומען צו די שפיטעלער און דאקטוירים.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל