א אידישע מאן איז אטאקירט געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק אין ספרינג וואלי דורך א ספאנישער פארשוין וואס ארבעט פאר די 'אמעריקען לאטינע' פירמע. לויט בייוואוינערס, האט דער שפאניארד געפירט זיין טעקסי אויף סאוט מעדיסאן עוועניו, ווען ער האט אפגעשטייטערט זיין קאר און צוגעפארן צו צווי אידן וואס זענען דארט געגאנגען, און אנגעהויבן צו שרייען אז "דאס איז נישט דזשולענד! איר האט נישט קיין חשיבות דא!".

די "דזשולענד" טערמין שטאמט ליידער פון א עפיזאד אין סקווירא, ווען איינער פון די אומפאַראַנטוואָרטליכע אינגעלייט דארט האבן געענטפערט ביי אינטערוויו אז קיינער האט נישט דארט קיין תביעות, צוליב וואס די שטעטל געהערט נישט צו אמעריקע, נאר איז דזשולענד, "אידן-לאנד" אין אידיש, און דערפאר גייט נישט דארט אן די אמעריקאנער געזעצן. די שרעקליכע התגרות באומות און שאנדפולע חילול השם איז געקומען, נאכדעם וואס א ארטיגע יוגענטליכער האט אנגעצונדן א פייער אין א דירה ווי א אידישע פאמיליע האט געוואוינט, און יענער האט דאס פרובירט צו פארטיידיגען פאר די גוי'אישע מידיא...

ווען די אידישע לייט אין ספרינג וואלי האט איגנארירט דעם שפאניארד, איז ער ארויסגעקומען פון זיין אויטא און פיזיש אנגעגריפן איינעם און אויסגעשטעלט זיין האנט ווי א ביקס, ווי צו זאגן "איך וויל דיר שיסן...". ער איז דאן אנטלאפן פון די סצענע.

האסע אטאקע אין ספרינג וואלי

באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל