אמווייניגסטס 7 קופטישע קריסטן זענען אומגעקומען און 14 זענען פארוואונדעט געווארן, היינט אינדערפרי ווען טעראריסטן האבן אטאקירט זייער אויטאבאס, וועלכער האט זיך געפונען אויפ׳ן וועג צו א קריסטליכע קאפטישע קירכע אין די שטאט אל-מיניע אין עגיפטן.

דערווייל האט קיין איין טעראר גרופע נישט גענומען קיין פאראוונטווארטליכקייט אויף די אטאקע, אבער עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס טעראר אטאקעס צילן די גרופע, פאריגן אפריל זענען צענדליגע אומגעקומען אין אן אטאקע אויף א קאפטישע קירכע דורך אייסיס.

די קאפטישע קריסטן זענען ארום 10% פון די 90 מיליאן עגיפטישע בירגער, זיי זענען א מינאריטעט צווישן די אראבישע מערהייט, אבער היסטאריש זענען זיי די עלטסטע באפעלקערונג אין עגיפטן, און זייער היסטאריע דארט גייט צוריק טויזנטער יארן.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל