דער ניי ערוויילטער בראזיליאנער פרעזידענט כאיר באלסאנארא, האט נעכטן פארשפראכן אז אונטער זיין זייגער וועט בראזיל גיין אין די פוסטריט פון אמעריקע, און אריבערפירן איר אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, און אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

דאס איז א דראמאטישע טויש אין אויסערן פאליסי פאר בראזיל, וועלכע האט ביז יעצט געהאט א פרא-פאלעסטינער לינקע רעגירונג, און איז שטארק באגריסט געווארן דורך מדינת ישראל פאליטיקאנטן, און קריטיקירט געווארן דורך די פאלעסטינער אויטאריטעט און אראבישע לענדער.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל