פון הרב משה נחום קרויס

פארווארט


בשבת קודש פרשת וירא תשע"ט זענען עלף אידן אין פיטסבורג, פענסעלוועניע ערמאדערט געווארן דורך א ווייסען אנטיסעמיט, בלויז צוליב זייענדיג אידן! דער וויסטער רוצח האט נישט מעיין געווען בעפאר די רציחה צו די אידן זענען רעפארמער, קאנסערטיווען, מאדערן ארטעדאקסן, אדער אלטער"ע ארטעדאקסן, צו זיי זענען ליטאים אדער חסידים! די אותיות 'עץ חיים' און אז עס איז א 'בית המדרש', איז געווען גענוג פאר דעם רוצח צו ערמארדערן די וואס געפונען זיך אין איר. די חלק פון על מה עשה ה' ככה? דאס טוען שוין די רבנים אונז ערקלערן. אבער דאס איז בלי שום ספק אז זיי זענען געהארגעט געווארן בלויז צוליב דעם וואס זיי זענען געווען אידן הי"ד.

דער גאון וקדוש רבי מנחם זעמבא זצ"ל הי"ד וואס איז ברוטאל ערמאדערט געווארן בשנת תש"ג ביי די ווארשא אויפשטאנד, פארציילט א עדות נאמנה (פייגנגולד, הצופה י"ג תשרי תש"ז) בא"ד: נישט ווי די דרכי 'קידוש השם' פון אמאל איז דאס זעלביגע כהיום, לפי ההלכה בין איך מכוון. ווען עס איז געגעבן געווארן פארן איד א געלעגנהייט צו ווערן א נישט-איד חלילה, איז געווען גענוג מקדש השם צו זיין מיט דעם אליין וואס מ'איז א איד! אזוי פסקנ'ט דער רמב"ם. אבער כהיום, ווען עס איז נישטא קיין צוויי אויסוואלן, נאר בלויז צו זיין א איד, ווען עס איז נישטא קיין אויסוועגן פון שמד'ן, דאן איז נישטא דערביי קיין קידוש השם – לפי דער עדות האט ער מסיים געווען אז דאן (ווען עס איז נישט געווען קיין פאליציי אד"ג) איז קידוש השם נאר מיט וואפן! [בעפאר מיר זענען ממשיך: עס איז דא א מיינונג פארשידענהייט צו רבי מנחם זעמבא זצוק"ל האט געשטיצט דאס אויפשטאנד צו נישט. אבער נציין מה שכתב מו"ר הגה"ק מקאשוי זצוק"ל בהקדמה לספרו 'טל השמים' (אות לז): וזה לשונו: פ"א קראו אסיפה לטכס עצה מה לעשות היו שם עסקני הקהלה באולם החברא קדישא, נקראתי גם אני (הרב מקאשוי), הגם כי לא הייתי מהעסקנים, מסתמא משום שידעו שפליט ישן אני. יעצתי שישלחו על ידי שכירים כלי זיין לגעטא'ס ויעמדו על נפשם כי אין מה להפסיד וכו', עי"ש].

ונמשיך וואס רבי מנחם האט דאן געזאגט הנוגע לנו: ודאי אז דאס לעבן פון א יציר כפיו פון הקדוש ברוך הוא, טאר מען נישט מקצר זיין אפילו פאר איין רגע, אבער מ'טאר נישט מקצר זיין במצות קידוש השם, ומצוה שבאה לידך אל תחמיצנה, בקידוש השם איז עס געזאגט געווארן. – שמשון, האט זיך רבי מנחם געוואנדן צו הרב שטוקהאמר: כ'האב מעיין געווען בפרשת נקמה ונטירה, עס איז א לא תעשה מפורשת אין די תורה. אבער ביי מלחמת מצוה איז דא א חובה פון 'נקום' מאת המדינים? היתכן? נאר די ענין איז מוסברים ופשוטים בתכלית. נקמה, איז נישט קיין גזירת המלך כחוקה בלי טעם. יש טעם לדבר. דער נוקם האט אינזינען מיט זיין מעשה נקמה, זיך און זעך אליין, ער געפונט אין נקמה א נידריגע סיפוק, דעריבער איז עס אן עבירה. משא"כ במלחמת מצוה, איז די נקמה נישט קיין נקמת ה'פרט' נאר א נקמה פארן 'כלל' דאן איז עס א מצוה כהלכתה. – דעריבער ווען בשעת די נקמה איז נישטא דערביי קיין פניות קיין פרטיות זענען מיר נושא א תפלה למרום: אבינו מלכנו נקום נקמת דם עבדיך השפוך (בסיום דבריו הוא מדבר שהיה אז מלחמת מצוה לנקום בהרשעים, עי"ש).

וואס מיר זעהן פון די ווערטער פון רבי מנחם זצ"ל: יש ענין פון קידוש השם ווען מ'געט דיר א ברירה פון שמד, כדוגמת שפאניע וכדו'. – עס איז דא נאך א דוגמא פון קידוש השם אין א פאל ווען מ'געט דיר נישט קיין ברירה זיך צו שמד'ן, איז צו הרגנ'ן דעם רשע דעם עמלקי מטעם מלחמת מצוה / קידוש השם / נקמת הכלל. – אבער יש מצב וואס מ'גיבט נישט קיין ברירת השמד, און מ'האט נישט דאס מינדערסטע ווארענונג פון טויט, נאר עס קומט א רוצח און איין קיין ווארענונג שיסט ער אויס אידן בלויז פאר זיין אידן – כי עליך הרגנו כל היום. דאס איז אויך א מציאות פון קידוש השם, השם יקום דמם.

הוי מתפלל בשלומה של מלכות, השם יתברך זאל אונז אלע אפהיטן פון אלע מרעין בישין, און עס איז א פליכט פאר מנהיגי העדה צו שתדל'ן ביים מלכות לאקאל און פעדעראל. ובעיקר איז א תפלה לקל חי שלא יקרה שוד ושבר בגבולינו, אכי"ר.

והבדילנו מן התועים – כל הגזעים


הרב מפונבי'ז זצ"ל האט אמאל באזוכט ביים הייליגן חפץ חיים זצ"ל אין ראדין. דער פונביזע'ר רב האט זיך דאן געהאט צוריקגעקערט פון דרום אפריקע. די שווארצע זענען נאך דאן געווען פארקנעכטעט אונטער די ווייסע. נאכדעם וואס דער חפץ חיים האט זיך נאכגעפרעגט איבער דאס שיקזאל פון די אידן אין דרום אפריקע, האט דער חפץ חיים אנגעהויבן צו פרעגן איבער די שווארצע. צווישן אנדערע האט הרב מפונבי'ז פארציילט אז עטליכע מאל האט ער בשעת זיין נסיעה באגעענט די שווארצע. ער האט געזעהן אז אפילו זייער עוניים וסובלם זייער צער און פיין, העלפן זיי זיך ארויס איינע די אנדערע.

ער האט געזעהן ווי עטליכע אין א גרופע האבן געשטילט זייער דארשט פון איין פלעשל געטראנק. דער חפץ חיים האט זיך אויסגעדרוקט מיט רגשי חמלה אל הכושיים, מיט געפילן און רחמנות איבער דאס ליידן פון די שווארצע, און האט זיך דערביי אנגערופן: זיי זענען דאך אויך מענטשן! און ער האט דאן געזאגט: בשעה מיר זענען מתפלל און זענען מודים 'והבדלנו מן התועים' דארף מען אינזין האבן אלע פעלקער און ראסעס. דעריבער דארף מען אויך וויסן דאס צושטאנד פון די שווארצע. והלא גם בזאת אנו בוטחים ומקווים: ומלאה כל הארץ. ע"כ המעשה.


די מעשה טוט עטוואס ארויסברענגן די מדה און צוגאנג פון כלל ישראל. כלל ישראל טוט בעצם סימבלאזירן די מדה פון רחמנות, זייענדיג איינע פון די דריי סימנים פון כלל ישראל (גמ' יבמות). די מושג פון האסן א פרעמדן צוליב זיין ראסע, קאליר, עטנישקייט איז נישט קיין תורהדיג'ע מושג. דער גוי דערקעגן, וועט דער ווייסער פיינט האבן דעם שווארצן אד"ג. ביים גוי דאס עצם אז ביסט מיאוס און שווארץ איז שוין גענוג א סיבה פאר נידערלאגע. ביז פאר קנאפע 150 יאר צוריק איז נאך שווארצע קנעכטשאפט געווען א מציאות דא אין אמעריקע.

יחס היהדות – עם הנבחר


די לעצטע יארן טוען די ליבעראלן און די לינקע פירן א פארקערטע מערכה, זיי ווילן אז יעדער זאל זיין 'אייניג' פרויען ווי מענער, שווארץ ווי ווייס (דאס הייסט קוקן אויפן קאליר און נישט אויפן טאלאנט). די מושג פון אייניג איז נישט קיין תורה'דיגע מושג. ביי אידן איז דא א מושג פון כהן, לוי, ישראל. א כהן איז במציאות חשובע'ר ווי א ישראל, דערקעגן א ממזר תלמיד חכם איז גרעסער ווי א כהן גדול עם הארץ (הוריות פ"ג מ"ח). ווי דער מהר"ל ערקלערט שוין אז א געווארענער איז צומאל חשוב'ער ווי א געבוירענער, א תלמיד חכם - אפילו א ממזר - איז העכער ווי א געבוירענער 'כהן' גדול.

די נקודה איז, ביי אונז אידן אפילו מ'איז חשובער און גרעסער, איז עס נישט קיין סיבה אראפצוקוקן דעם קלענערן. ניין, א ישראל איז נישט אייניג צו א כהן, אבער עס מיינט נישט אז דער כהן וועט זיך האלטן בגאוה קעגן דעם ישראל, דער כהן האט תפקידים וואס מיר איר קומט מיט פריווליגעס. דערקעגן ביים לינקן גוי איז די לופט היינט, יעדער איז אייניג.

איינע פון די אנטיסעמיטן פון בערלין נאך בעפאר די תקופה פון די מלחמה, האט אמאל געטענה'ט אז דאס התנהגות פון אידן ברענגט אנטיסעמעטיזם! פארוואס? ווייל אויב דער קיסר ווילהעלם וועט קומען עדות זאגן אין א אידישע בית דין, ווען מען נישט מקבל זיין, זיין עדות. דערקעגן אויב וועט קומען דער פשוט'סטער איד א בעל עגלה, וועט מען אננעמען זיין עדותשאפט. איז דען נישטא קיין גרעסערע סיבה פאר אנטיסעמעטיזם? צו איז דען דער קיסר יר"ה נחשד ליגנט צו זאגן?

דער בעל שרידי אש זצ"ל ווען ער האט געהערט די טענה, האט ער געענטפערט: דו זאגסט אז מיט דעם טוען מיר מעודד זיין אנטיסעמעטיזם, אויב אזוי וועל איך צולייגן אויף דיינע ווערטער: מיר זענען ראסיסטן, ווייל ווען עס איז דא 'ניין' אידן אין בית המדרש און מ'וויל דאווענען, און עס פעהלט א צענטער צו מנין. און דער קיסר בכבודו ובעצמו וועט אריינקומען, וועט ער בשום אופן נישט קענען משלים זיין די מנין. אבער ווען דער בעל עגלה וועט אריינקומען וועט זיך יעדער פרייען אז מ'קען זיך שטעלן דאווענען.

האט דער אנטיסעמיט געענטפערט. עס איז נישט דאס זעלביגע. דאווענען איז א רעגליעזער זאך, און עס איז פארשטענדליך אז נאר ווער עס באלאנגט אינעם זעלבן רעליגיע קען זיך משתתף זיין למנין. אבער א בית משפט א פלאץ ווי מען פסק'נט האט נישט מיט רעליגיע, דאן פארוואס מאכט מען א חילוק צווישן א איד און א גוי?

האט אים רב וויינבערג דער בעל שרידי אש געענטפערט: דא ליגט דיין טעות. ביי אונז איז א בית משפט (בית דין שטיבל) א רעגליעזער מציאות, והראיה אויב וועט קומען משה רבינו מיט זיין טאטע עמרם צום בית המשפט אלס עדות, וועט מען נישט מקבל זיין זייער עדות, ווייל זיי זענען קרובים, און די הלכה לויטעט אז קרובים זענען פסול עדות צו זאגן. דאס זעלביגע קען מען דא פרעגן, צו גלייבט מען נישט משה און עמרם? די תירוץ איז, זיכער גלייבט מען זיי. אבער עכ"ז זענען זיי נישט כשר לעדות. ווייל אזוי איז קובע די אידישע הלכה. ביי אידן איז יעדע זאך א רעגיליעזר מציאות.

די מעשה'לע פארשארפט אונזער נקודה, אז ביי תורה און יהדות טוען מיר וואס מיר טוען צוליב חוקי התורה, און יא מיר זענען די עם הנבחר. זאת ועוד, דער הייליגער אור החיים הקדוש (פרשת יתרו) איז מבאר פארוואס כלל ישראל האט געלערענט די סוגיא פון יצירת מערכת בתי הדין פון יתרו און נישט פון משה: ונראה כי טעם הדבר הוא להראות ה' את בני ישראל הדור ההוא וכל דור ודור, כי יש באומות גדולים בהבנה ובהשכלה, וצא ולמד מהשכלת יתרו בעצתו ואופן סדר בני אדם אשר בחר, כי באומות מכירים דברים המאושרים (אומות העולם יודעים מה לאשר), והכוונה בזה כי לא באה הבחירה בישראל לצד שיש בהם השכלה והכרה יותר מכל האומות, וזה לך האות השכלת יתרו. הא למדת כי לא מרוב חכמת ישראל והשכלתם בחר ה' בהם, אלא לחד עליון ולאהבת האבות וכו'.

צבע עורם של בני ישראל


האסע איבער ראסע האט זיך לעצטענס פארמערט, אבער לא ראי זה כראי זה. די האסע קעגן שווארצע איז שנאת הזר מ'האט פיינט דעם פרמעדן. אבער די האסע קעגנען איד איז שנאה מחמת קנאה. מיר האבן שוין געשריבן במאמרי שערי מדע איבער 'ראסע און קאליר', און איבער אנטיסעמעטיזם. מיר וועלן דא נאר צולייגן עטליכע נקודות חדשות.

דעם איד האט מען במשך הדורות - אין אלגעמיין - נישט באשולדיגט צו זיין מיאוס אדער א נער. מ'האט אונז באשולדיגט מיט איינקעסירן ריבית פונעם גוי און ענליכע ווייסע פארברעכן. אדער ווען אימער האט האט אויסגעפעלט א שעיר לעזאל, איינעם וועם דער גוי זאל קענען אויסגיסן זיינע פראבלעמען אויף.

אין פרקי דרבי אליעזר (פרק כד) געפונען מיר אז זענען פארהאן דריי ראסעס: נאכן מבול ווען די וועלט איז חרוב געווארן, נח מיט זיינע קינדער זענען ארויס פון די תיבה (אחר מעשה נח) ברך הקב"ה נח ובניו, ברך שם ובניו: שחורים ונאים: ברך לחם ובניו: שחורים כעורב: ברך ליפת ובניו: כלם לבנים ויפים. – שם, טונקעל הויטיג. חם שווארץ, יפת ווייס. – מיר האבן שוין ערווענט במאמר ראסע און קאליר איבער די קאליר פון 'אשכרוע' ווי דער תנא רבי ישמעאל זאגט (משנה נגעים) בני ישראל אני כפרתן, הרי הן כאשכרוע, לא שחורים ולא לבנים אלא בינוננים. בפשטות מיינט אשכרוע ברוינליך. זעה באריכות בקובץ ירושתנו (ספר שביעי תשע"ד) ווי הרב בנימין שלמה המבורגר (יו"ר מכון מורשת אשכנז) שרייבט דערוועגן איבער אשכרוע גענוי וואס עס מיינט.

כהיום געפונען מיר נישט אז מ'זאל אונז רודפ'ן אלס אונזער אויסזעהן (חוץ בגדים), מ'וועט אונז רודפ'ן אלס אונזער גלויבן אד"ג. אונזער הויט קאליר איז ווייס. אבער מתחילה ווען כלל ישראל האט גולה געווען בארצות אייראפע האט מען יא גערודפ'ט די אידן איבער זייער טונקעלע קאליר.

דער גר"א (מס' נגעים, זעה אויך תפארת ישראל יכין, מס' נגעים פ"ב מ"א) ערווענט אז די בני יפת האבן זיך באזעצט בצפון העולם וואס איז אייראפע און אשכנז (דייטשלאנד) איז יותר צפוני. און וויבאלד די זון שיינט נישט דארט שטארק זענען די אייראפער די בני יפת 'ווייס' הויטיג. –

דעריבער בשעת די וויכוח מיט די נוצרים האבן די נוצרים דערנידערט די אידן איבער זייער הויט קאליר. די אידן האבן אבער אפגעענטפערט די קריסטן: ביסוד זענען מיר ליכטיג קאליר, נאר די גלות האט אונז שווארץ געמאכט, בעפאר די בית המקדש איז חרוב געווארן געפונען מיר אז נבוכדנצר האט גענומען חנניה מישאל ועזריה, ולא מצא באומתו יפים כמותם, ער האט נישט געפונען אין זיין פאלק אזאנע שיינע מענטשן ווי חנינה מישאל און עזריה. ירמיה קלאגט שוין אין מגילת איכה "בני ציון היקרים המסולאים בפז" [זעה גמרא גיטין נח. מא מסולאים בפז? שהיו מגנין את הפז ביופיין]. און הקב"ה איז עתיד להחזיר לנו היופי, כמו שאמר בירמיה (לא, ג): עוד אבנך ונבנית בתולת ישראל, עוד תעדי תופיך ויצאת במחול משחקים. – מיר וועלן אי"ה אין אנדער געלגענהייט מער מאריך זיין אין די נושא.

לסיכום: מיר זענען די עם הנבחר, אבער מיר האלטן זיך דערמיט נישט גרויס, מיר האבן רחמנות אויף אנדערע, ווער נאך איז ווי עם ישראל. זאל אונז השי"ת אפהיטן מכל צער ונזק, מכל צרה ומצוקה. און פאר די אלע וויסטע שונא ישראל וואס פלאנירן אונז שלעכטס צו טון, מהרה הפר עצתם וקלקל מחשבתם, אכי"ר.

שערי מדע: אידישע ראסע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל