די מארקעטס איבער די וועלט האבן היינט אינדערפרי רעאגירט מיט אפטימיזם, איבער פרישע באריכטן וועלכע טוען אנדייטן אז אמעריקע און כינע האלטן נאנט צו שליסן אן האנדלס אפמאך, נאך לאנגע וואכן פון א שווערע עקאנאמישע מלחמה.

דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז די געשפרעכן פארן געשמירט, און אז ער האט געהאט א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעזידענט טשי פון כינע, און אז זיי וועלן זיך טרעפן ביים דזשי-20 סאמיט אין ארגענטינע, און אן ענליכע סטעיטמענט איז געקומען פונעם כינעזער פרעזידענט.

דער ״בלומבערג״ נייעס קוואל האט נעכטן געמאלדן אז מען ארבייט אין ווייסן הויז פיבערהאפטיג, אויף די לעצטע ווערסיע פון א ברייטע האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע און כינע, וואס פרעזידענט טראמפ וויל אז מען זאל אונטערשרייבן ביים סאמיט וואס ווערט אפגעהאלטן ענדע פון דעם חודש.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל