דער אוקראינער מיליטער האט גענומען דעם שריט פון פאררופן א נאציאנאלע רעקרוט פאר אלע רעזערוויסטן, א צייכן אז דער קריזיס צווישן רוסלאנד און אוקראינער איז ווייט פון געלעזט ווערן, און אז דער אוקראינער מיליטער גרייט זיך צו רעאגירן מיליטעריש צו די רוסישע אגרעסיווע שריט אינעם שווארצן ים. דער אוקראינער פרעזידענט האט געמאלדן דעם רעקרוט פארלאנג, זאגנדיג אז מען דארף זיין גרייט אויף א רוסישע איוואזיע, ארויסברענגענדיג אז דאס פארכאפן די מיליטערישע שיפן איז בלויז א פראבע פון רוסלאנד וואס צילט צו גענצליך אייננעמען אוקראינע. אזוי אויך האט אוקראינער ארויפגעלייגט א גענצליכע פארבאט פאר קריגס-פעאיגע רוסן (זכרים פון 16 ביז 60 יאר אלט) צו אריינקומען אין לאנד, אויס זארג אז זיי דינען אלס רוסישע אגענטן. דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט אין אן עפנטליכע רעדע געטריבן שפאס פון די אוקראינער רעאקציע, זאגנדיג אז זיי ליידן פון פאראנויע, און האט אויך געטריבן שפאס פון די אמעריקאנער קריגס שיפן וואס רוסלאנד האט קאנפיסקירט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל