די סופרים קאורט האט היינט צוריקגעוויזן א פעטיציע אויפצונעמען א קעיס, וועלכע האט געזוכט צו קלאגן די טראמפ אדמיניסטראציע'ס מעקסיקא גרעניץ וואנט פלאן, מיט די טענה אז עס פארלעצט ענווייראמענטאלע זארגן.

היינט האט די העכסטע געריכט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין צוויי קעיסעס.

איין קעיס איז אויב א פראוויזיע אין די וועסט ווירדזשיניע שטייער קאוד וועלכע באפרייט רעטייערמענט פארדינסט פון פולע סטעיט און לאקאלע פייערלעשער און לאו ענפארסמענט אפיצירן פון שטייערן אבער פעדעראלע מארשאלס קוואליפיצירן נישט פאר די שטייער פרייע סטאטוס. די טענה איז, אז די ספעציעלע פריווילעגיע דורך די סטעיט דיסקרימינירט אנקעגן די מארשאלס באזירט אויף די קוואל פון ווי זיי באקומען זייער איינקונפט.

די צווייטע קעיס איז אנטי-פראוד פראוויזיעס אווערקגעשטעלט דורך די פעדעראלע עס.אי.סי. (סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע) פארבאט צוויי קלארע קאטעגאריעס פון מיסברויכן. איין פארבאט איז צו נוצן שווינדערלישע און פארפירערישע אינפארמאציע ביים פרובירן צו פארקויפן סעקיוריטי סערוויסעס. די פראגע איז איבער פרענסיס לארענזא, א רעגיסטרירטע רעפרעזענטאט פון א בראוקער פירמע וועלכע האט - לויט די באשולדיגונג - געשיקט אן אימעיל מיט פאלשע און פארפירערישע סטעיטמענטס צו אינוועסטירער, און דער דרעפט פון די אימעיל איז געווארן אויסגעארבעט דורך זיין אויבערהאר. די לעגאלע פראגע איז אויפגעשווימען, אויב מען קען נאר באשולדיגן דער וואס האט געשאפן די פארפירערישע סטעיטמענט, נעמליך דעם אויבערהאר, אדער אויך לארענזא פאר'ן פאקטיש שיקן די אינפארמאציע צו די קליענטן און זיי פארפירן.

לארענזא האט מודה געווען אז ער איז געווען באוואוסטזיניג צום פאקט, אז זייער פירמע האט נישט די אלע נכסים וועלכע ער האט אויסגערעכנט אין די אימעיל, וועלכע ער האט געשיקט צו די אינוועסטירער זיי צו איבערצייגן ווי שטארק רואיג זיי קענען זיין מיט די פירמעס פינאנציעלע שטאנד. ער האט געשיקט די אימעיל פון זיין אקאונט, זאגנדיג פאר די אינוועסטירער אז זיי קענען אים רופן פאר מער פראגן, אבער ער האט ארויסגעשריבן אינעם אימעיל אז ער שיקט עס מיט די גוטהייסונג פון זיין אויבערהאר. די די.סי. סירקוט געריכט איז געווען צוטיילט איבער די פראגע, און האט געאורטיילט 2-1 אז ער אז ער ווערט פארבאטן פון ארבעטן אין די סעקיוריטי אינדוסטרי, און צוגאב פון א 15 טויזנט דאלער שטראף.

די איין ריכטער וועלכע האט יא געשריבן א מיינונג אז די עס.אי.סי. קען אים נישט קלאגן, איז דער שוין היינט באקאנטער ריכטער קעווענאו וועלכע איז דאן געזיצן אויף יענעם באנק. קעווענאו האט אנגעצייגט אז די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשריבן אז פארלעצונגען פון די פארבאט איז בלויז גילטיג ווען עס קומט פון פערזאן וועלכע האט פולע אויטאריטעט איבער די פאלשע צוזאגן געמאכט, און דעריבער איז לארענזא וועלכע האט בלויז קאפירט און גע'פעיסט צוזאגן פון זיין אויבערהאר וועלכע בלויז ער האט געקענט יא אדער נישט דעקן נישט פאראנטווארטליך. די אנדערע צוויי ריכטער האבן אויך איינגעשטימט אז ער האט נישט געמאכט די סטעיטמענט, אבער האבן זיך באצויגן צו די אנדערע צוויי פארשריפטן וועלכע ער האט יא פארלעצט. די ע.אי.סי. האט דריי פארשריפטן, 2 זענען איבער אנטיילנעמען אין פרואוון צו באשווינדלען און 1 איז איבער מאכן פאלשע סטעיטמענטס. די געריכט האט געזאגט אז די עס.אי.סי. וועלכע האט אים באשולדיגט אין פארלעצן אלע 3, האט אים אמווייניגסטנס געקענט באשטראפן אויף צוויי דערפון. צוליב זיין ראלע אין די קעיס איז ריכטער קעווענאו איצט רעקיוזד פון די קעיס.

די אורטייל וועט קומען פון אן אכט ריכטער פאנעל, און אויב עס טיילט זיך פיר קעגן פיר, מיט אלע ליבעראלן גיבנדיג רעכט פאר די עס.אי.סי., וועט די אפעלאט געריכט אורטייל בלייבן אין קראפט. די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט גענויגט אין יענע ריכטונג.


באריכט דורך הכל הבל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל