דער פראנצויזישער פרעזידענט האט אפגעהאלטן א עמורדזשענסי זיכערהייטס זיצונג, נאכפאלגענדיג א טאג פון פרישע ווילדע ראיאטן. די היציגע אזוי-גערופענע ''יעלאו דזשעקעט'' אנטי רעגירונג פראטעסטן, האלטן שוין אן צוויי וואכן. די פראטעסטן, וועלכע האבן זיך אנגעהויבן איבער די הויכע גאזאלין שטייער, זענען פארוואנדלט געווארן אין אלגעמיינע פראטעסטן אנטקעגן די הויכע לעבנס קאסטן אין פראנקרייך. אין קעגנזאץ פון פריערדיגע באריכטן, האט א פראנצויזישע מיניסטער קלארגעשטעלט אז - כאטש די רעגירונג שליסט נישט אויס קיין שום מעגליכקייט - האט מען דערווייל נישט אויסגעשמועסט דער מעגליכקייט פון א ''סטעיט אוו עמורדזשענסי'' ביי דער זיצונג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל