פלאָרידע - אַ הייוועי פּאַטראָל טרופּער איז אין שפּיטאָל נאָכדעם וואס אַ קאר האט אים אַראָפּגעקלאַפּט אויף די איי-95 שאָסיי נעבן האָוב סאָונד. לויט פּי.עידזש.פּי. וואָרטזאָגער לוטענאַנט אַל פעאָלאַ, איז דער טרופּער ערנסט פאַרוואונדעט געווארן.

דער פּאָליציאַנט איז געווען אויף די סצענע צו באַהאַנדלען אַ עקסידענט וואס האט געהאט פּאַסירט נישט לאַנג פריער, ווען אַ שוואַרצע אָודי האט זיך גענומען גליטשן אין צירקלן נאכדעם וואס א טראָק האט אין אים אַריינגעקלאַפּט פון אונטן, און דער אָודי האט אַריינגעקלאפּט אין דעם טרופּער. דער טרופּער איז געפלויגן אין די לופט, און אנדערע אפיצירן און באַאַמטע וואס זענען שוין געווען אויף די סצענע זענען געקומען צו לויפן אים העלפן.


ווארענונג: די ווידיא ערהאלט שרעקליכע בילדער; נישט פאר שוואכע הערצער

באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל